אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "היסטאריע פון רוסלאנד"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 10:
אין דער צייט צווישן 14טן און [[15טער י"ה|15טן יארהונדערט]] האט זיך [[רוסלאנד]] אנגעהויבן גרינדן ארום די שטאט [[מאסקווע]] און האט זיך זייער שנעל אויסגעברייטערט צו מזרח און צפון ביזן [[אטלאנטישן אקעאן]]. אין [[18טער י"ה|18טן יארהונדערט]] האט רוסלאנד שוין פארמאגט די טעריטאריע וואס זי פארמאגט היינט און אויך א טייל פון ריזיגע טייכן און וואסערן אויסערן לאנד אויף וועלכע זי האט געהאט די פולע קאנטראל. איר שנעלע וואוקס האט אסאך אויסגעמאכט צו האנדל און גוטע עקענאמישע דעוועלאפמענטס. אין אירע בעסטע יארן, וועלכע איז געווען הארט פאר די ערשטע וועלט קריג, איז רוסלאנד פאררעכנט געווארן פון די שטערקסטע אימפעריעס, פארמאגנדיג ארום 20 מיליאן קוואדראט קילאמעטער וועלכע באטרעפט נאנט צו א זעקסטל פון דער וועלט'ס סך הכל ערד.
 
דאס הארץ פון רוסלאנד איז פון אנפאנג אן געווען מאסקווע אבער די גרעסטע טייל פון דער באפעלקערונג האט אין אנפאנג געוואוינט אין און ארום [[סיביר]]. רוסלאנד'ס שכנים האבן געהאט א שוואכע נאנטשאפט מיט דער גרויסער אימפעריע ווייל זיי זענען אממערסטענס באשטאנען פון שטארק גלויביגע פראטעסטאנטן אדער [[איסלאם|מוסלמענער]] וועלכע האבן זיך געשפירט ווי מורישקעס קעגן די רוסן וועלכע האבן פאטראלירט די גרעניצן מיט גרויס שטאלצקייט. די רוסישע אימפעריע האט אריינגענומען [[אוקריינע]], [[בעלארוס]], [[פינלאנד]], און די באלטישע פראווינצן (היינט [[לעטלאנד]] און [[עסטלאנד]]) און נאך אסאך אזיאנער לענדער. ווען די יו.עס.עס.אר. איז געגרינדעט געווארן איז די רוסישע אימפעריע געווארן אויס און אלע געוועזענע לענדער אין די אימפעריע זענען געווארן זעלבשטענדיג. ווען די יו.עס.עס.אר.פסס״ר איז צוזאמענגעפאלן אין 1991 איז די [[רוסישערוסלענדישע פעדעראציע]] געווארן די פרינציפאלעפרינציפאלער נאכפאלגער שטאָטשטאַט.
 
רוסלאנד'ס באפעלעקערונג איז קיינמאל נישט געווען קיין גרויסע קעגן איר גרויסקייט אין טעריטאריע. אזוי שפעט ווי אין די אנפאנג יארן אינעם 18טן יארהונדערט האט רוסלאנד פארמאגט ווייניגער איינוואוינער ווי פראנקרייך וועלכע איז בערך א צוואנציגסטל די גרויסקייט. די רוסישע האבן שטילערהייט אויפגעבויט א שטארקע מיליטער וועלכע איז ערשט באוואוסט געווארן אין די מיטעלע יארן פונעם 17'טן יארהונדערט ווען זי האט אנגעהויבן אויסשפרייטן איר אימפעריע אין [[אזיע]]. דאס רוסישע פאלק האט זיך געגרינדעט מיט גריכישע און רומענישע מענטשן וועלכע האבן זיך מיט הונדערטער יאר פריער געהאט באזעצט אינעם שפעטערדיגן אייראפעאישן טייל פון רוסלאנד. אין די צפון געגענטער האבן געוואוינט א מין פאלק וועלכע האבן זיך גערופן די סלעוון. די סלעוון זענען שפעטער געווארן די ריכטיגע רוסן און האבן מער אויפגעטאן ווי די קלוגערע גריכישע און רומענישע איינוואוינער. מיט די יארן האט רוסלאנד צובאקומען מיגראנטן פון אלע סארטן פון גאנץ אזיע און אויך פון אייראפע וועלכע האבן צוזאמען פארמירט די מאדערענע רוסלאנד. ווען רוסלאנד איז שוין געווען די ריכטיגע "רוסלאנד" האט זי מער נישט באקומען צופיל נייע מיגראנטן נאר איז געוואקסן נאטירליך.
שורה 18:
אין 1856 האבן [[בריטאניע]] מיט [[פראנקרייך]] באזיגט רוסלאנד אין די דריי יעריגע קרימעישע מלחמה, א שריט וואס האט איבערצייגט רוסלאנד אז די אינדוסטריאליזירטע לענדער האבן בעסערע שאנסן צו בויען מיליטערישע כוחות. רוסלאנד, אונטער די פירערשאפט פון דעם לאנג יעריגן פירער מיכאיל ראמאנאוו, האט זיך טאקע דעמאלט גענומען צו דער ארבעט און אנגעהויבן אויפציען די אייראפעאישע עקאנאמישע סיסטעמען וועלכע האט שפעטער אסאך צוגעהאלפן די רוסן אין די ערשטע וועלט קריג. נאך די קריג האט אויסגעבראכן אינערליכע קאנפליקטן וועלכע האט אונטערגעברענגט די ראמעינאוו רעגירונג. נאך ראמעינאוו איז אלעקסאנדער דער דריטער געווארן קייסער (צאר) און ווען ער איז געשטארבן איז עס אריבער צו זיין זון ניקאלאס דער צווייטער. ניקאלעס האט געהערשט אין רוסלאנד פאר א לענגערע צייט אריינגערעכנט די שווערע יארן בעפאר און בעת דעם [[ערשטן וועלט קריג]].
 
== רוסלאנד בייביים די ערטשעערטשן וועלט קריג ==
 
הארט בעפאר דידעם ערטשעערטשן וועלט קריג האט אויסגעבראכן האט רוסלאנד געהאט א שווערע צייט נאכדעם וואס די ארבעט'ס קראפט אין סעינט [[פעטערבורג]] איז ארויס אין אן ערנסטע סטרייק וועלכע האט געהאלטן ביים פארקריפלןפארקריפלען די עקענאמיע פון גאנץ רוסלאנד. די ארבייטער האבן פארלאנגט אסאך נייע פראגראמען און מער פרייהייט. אין די ערשטע פאזעס פון די סטרייק, וועלכע איז פארצייכנט געווארן אין די היסטאריע אלס די רוסישע רעוואלוציע פון 1905, האבן טויזנטער ארבייטער מארשירט צו די ווינטער פאלאץ (א רעגירונגס געביידע) מיט געווער אין די הענט גרייט צו רעוואלטירן קעגן די רעגירונג אויב נויטיג. יענער פרואוו איז דורכגעפאלן ווען די רוסישע ארמיי האט זיך דערוואוסט פונעם פלאן און צו געשטעלט אסאך טרופן ארום די געביידע וועלכע האבן געשאסן אויף די דערביטערטע ארימע ארבייטער, אומברענגנדיע און פארוואונדנדיג הונדערטער. אבער עס האבן באלד דערויף נאכגעפאלגט פרישע מארשן מיט צענדליגער טויזענטער מענטשן וועלכע די רעגירונג האט געמוזט אין אכט נעמען, ספעציעל ווען די וואלן האבן זיך אונטערגעריקט און דער נייער קאנדידאט פאר פרעמיער מיניסטער, פיאטער סטאליעפין, האט געוואלט געוואונען די וואלן. סטאליעפין האט שפעטער געוואונען די וואלן און באלד נאכגעגעבן אויף טייל פון די פארלאנגונגען.
דאס לאנד איז נאך געווען אפגעמוטשעט פון די נארוואס דורכגייענדיגע רעוואלטן ווען די ערשטע וועלט קריג האט אויסגעבראכן און איז נישט גרייט געווען צו גיין אין קריג. די רוסישע האבן זיך דעמאלט געמאכט א חשבון אז אויב זיי וועלן מיטשטיין מיט די דייטשן וועלן זיי האבן די בעסטע שאנסן פאר'ן צוקונפט. נישט וועלנדיג איז זי צוביסלעך אריינגעשלעפט געווארן טיפער און טיפער אינעם פלאנטער, פירנדיג העפטיגע מלחמות אויף דריי אנדערע פראנטן. די רוסן האבן אפגעהאלטן א רייע זיגן און זיך באלד געזען אינדרויסן פון קריג ערווארטנדיג רואיגערע צייטן ווען א פרישע רעוואלוציע האט אויסגעבראכן אין לאנד, דאסמאל פיל שטערקער ווי אין 905', און האט ליקווידירט די ניקאלעס תקופה. ניקאליי איז אריינגעזעצט געווארן אין תפיסה און שפעטער דערמארדעט געווארן דורך עקסטרעם קאנסערוואטיווע רעוואלטירער, אן אקט וואס האט געפירט רוסלאנד צו א ציווילע קריג וועלכע איז געוואונען געווארן אין 1921 דורך די קורץ געגרינדעטע קאמוניסטישע פארטיי. די קאמוניסטן האבן זיך באלד גענומען צו די עבודה און געגרינדעט די יו.עס.עס.אר. וועלכע איז געווארן די גרעסטע קאמוניסטישע פאראיין און וועג ווייזער פאר אסאך אנדערע לענדער.
 
== די סטאלין תקופה און דידער צווייטעצווייטער וועלט קריג ==
 
אין 927' איז דער ערשטער קאמוניסטישער פירער ווילאדימיר לענין קראנק געווארן און עס האט זיך אנגעהויבן געפערליכע קריגערייען ווער עס זאל איבערנעמען די פירערשאפט. די צוויי הויפט קאנדידאטן זענען געווען סטעפאן טראטסקי, א לאנג יעריגער גענעראל אין די רויטע ארמיי, און דזשאסעף סטאלין, די פארטיי'ס סעקראטאר זינט איר גרינדונג. כאטש טראטסקי איז געווען א געלערנטער און זיגרייכער גענעראל און מיליטערישע פירער, האט אבער סטאלין'ס שטארקייט אין ארגאניזאציע מער אויסגענומען די קאמוניסטן און רוב דעלעגאטן האבן אים אנגעפאנגען שטיצן. טראטסקי האט נישט נאכגעלאזט און אנגעהויבן מאכן מהומות וועלכע האט געפירט צו ערנסטע שלאכטן אינערהאלב די פארטיי. זעענדיג אז די מצב פארערגערט זיך האט די פארטיי זיך פאראייניגט און ארויסגעווארפן טראטסקי פון די פארטיי. טראטסקי האט באלד אפגעצויגן פון רוסלאנד און איז אין 940' דערמארדעט געווארן אין מעקסיקא דורך סטאלינ'ס אגענטן וועלכע האבן אים נאכגעזוכט אין די גאנצע וועלט.