אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "קרית בעלזא"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מאין תקציר עריכה
טאַגן: מאביל־רעדאַקטירונג מאביל וועב־רעדאקטירונג
שורה 5:
אין יאר [[ה'תש"ס]] איז ענדליך געעפענט געווארן דער הערליכער און זעלטענער אין זיין שיינקייט גרויסער צענטראלער בעלזער [[בית מדרש]]. דער בית מדרש שטייט הויך אויפן בארג און דערהויבט זיך צו אזא פרעכטיגע הייך, אז מען קען דאס זעהן און באמערקן אפילו פון דערווייטערטע געגנטער אין ירושלים.
די קריה ווערט אנגעפירט דורך "ועד קרית בעלזא" וואס האלט פאר זיך א רעכט צו באשטימען וועמען אנצונעמען צו וואוינען דארט און וועמען נישט. איינע פון די הויפטזעכלעכע תקנות וואס זענען באשטימט געווארן איז נישט צו פארדינגען דירות פאר ישיבה בחורים. דערצו דער ועד האט אויכעט די פאראנטווארטליכקייט זיך צו פארנעמען מיט די פרייזן פון די דירות, און זיכער מאכן אז די פרייזן זאלן נישט זיין צו הויך כדי משפחות וואס געהערן צו בעלזא און האבן נישט קיין סאך געלט, זאלן אויכעט האבן דער מעגליכקייט צו וואוינען דארט רואיגערהייט און אהן קיין שום דאגות.
 
[[טעקע:Belz World Center Outside.jpg|קליין|לינקס|אנזיכט פונעם גרויסן בעלזער בית המדרש אין קרית בעלזא, ירושלים]]
 
==די גאסן פון קרית בעלזא==