אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "וואלפסבערג"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
טאַגן: מאביל־רעדאַקטירונג מאביל וועב־רעדאקטירונג
טאַגן: מאביל־רעדאַקטירונג מאביל וועב־רעדאקטירונג
שורה 32:
אין יאר 1338 זענען די אידישע איינוואוינערס פון דער שטאט פארטריבן געווארן. אין דער ענדע פונעם [[14טער י"ה|14טן יארהונדערט]], איז די ביישטאט וועלכע פלעגט זיך געפינען אויף דער אנדערער זייט פון דער בריק, איינגעגלידערט געווארן צו וואלפסבערג אלס א אונטערשטאט. אין ביידע זייטן פון דער שטאט האט מען געבויט מויערן וואס שפעטער זענען באפעסטיגט געווארן נאך שטערקער און האבן באשיצט די שטאט פון די איבערפאלן פון די אונגארישע און די טורקס.
 
אין [[1716]], 170 הייזער אין וואלפסבערג זענען גענצליך פארניכטעט געווארן אין א שרעקליכער שריפה. אין יאר [[1759]], וואלפסבערג, צוזאמען אינאיינעם מיט די אנדערע באזיצונגען פון דעם באבענבערגער הויז, זענען אפגעקויפט געווארן דורך די [[האפסבורגער הויז|האפסבורגערס]]. נאכדעם וואס דער פארקויף און דער אנוואקס פון וויינשטאקן האט זיך היפש רעדוצירט זענען אייזן-האנדל און פאראבעטונגפארארבעטונג שטארק אויפגעשטיגןארויפגעשטיגן און געווארן די וויכטיגסטע ווירטשאפט צווייגן פון דער שטאט. אין יאר 1780 האט פראנץ פאול פון הערבס געגרינדעט אין וואלפסבערג א פאבריק פון בלייווייס. אין 1846 האט דער גראף הוגא הענקל פון דאנערסמארק באקומען די הערשאפט איבער דער שטאט און האט פארוואנדלט דעם שלאס אין א [[גרויסע בריטאניע|ענגליש]] - טודארסטיל שלאס.
 
דורך דער [[צווייטע וועלט קריג|צווייטער וועלט קריג]] האט זיך געפינען דארט א קריג-געפאנגענע לאגער מיט אומגעפער 35 מאנשאפט מיטגלידער און איבער 7,000 געפאנגענע פון [[פוילן]], [[האלאנד]], [[פראנקרייך]], [[בעלגיע]], [[יוגאסלאוויע]], [[סאוועטן פארבאנד]], [[ענגלאנד]], [[קאנאדע]] און [[איטאליע]].
אין [[18טן דעצעמבער]] [[1944]] זענען 46 געפאנגענע מיט נאך דריי בירגער אומגעברענגט געווארן דורך א העפטיגן באמבעס אנגריף. נאך דער ענדע פון דעם בריטישן באזעצונג דאס פלאץ פלעגט באדינען אלס דער וויכטיגסטער אינטערנירונג-לאגער וואו פיזיש-שוואכע ארעסטאנטן פון דעם בריטישן באזעצונג געגנטער זענען געהאלטן געווארן. שפעטער האט מען ארעסטירט און אהין געברענגט ארום 3,000-4,000 קריג פארברעכערס און מענטשן וואס האבן געהערט צו נאצי ארגאניזאציעס. אין [[1948]] איז דער לאגער איבערגעגעבן געווארן צו די עסטרייכישע באהערדן.
 
==וואלפסבערג==
אין דער פארגאנגענהייט די שטאט פלעגט זיין א צענטער פון האנדל און טראנספארט צוליב איר לאקאציע צווישן [[יודנבורג]] צום דרומ'דיגן חלק פונעם לאנד.
יארן צוריק פלעגט מען אויסהאקן דארט [[גאלד]] און [[זילבער]], הויפטזעכליך אין דעם [[16טן י"ה|16טן יארהונדערט]], אבער אין דעם [[19טן י"ה|19טן יארהונדערט]] האט מען אויפגעהערט אויסהאקן גאלד און זילבער וויבאלד דעמאלטס, ווירשאפטליך ס'איז האט זיך שוין נישט געלוינט. אויסער גאלד אין זילבער איז אויסגעהאקט געווארן אין דער געגנט פון דער שטאט, אין דער ווייטערע פארגאנגענהייט אויכעט קויל, אבער צולעצט, אין יאר [[1986]], ס'איז האט זיך אויפגעהערט צוליב דער זעלבער אויבערדערמאנטער סיבה.
היינט צו טאגס עס זענען פאראן אין דער שטאט און אויכעט אין דעם באצירק וואלפסבערג פילצאליגע אינדוסטריעלע פירמעס, טייל פון זיי זענען טאכטער-געזעלשאפטן פון פארשיידענע גרויסע אינטערנאציאנאלע אונטערנעמען. צווישן זיי זענען אריינגערעכנט אין די פירמעס די פאלגנדע ווירטשאפט צווייגן: [[טוריזם]], [[לאנדווירטשאפט]] און אייזן האנדל. נישט ווייט פון דער שטאט געפינט זיך אויכעט א [[פליפעלד|לופטפעלד]].
 
 
 
{{יתום}}