אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "וואלפסבערג"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
טאַגן: מאביל־רעדאַקטירונג מאביל וועב־רעדאקטירונג
טאַגן: מאביל־רעדאַקטירונג מאביל וועב־רעדאקטירונג
שורה 30:
דער שלאס העכער דער שטאט איז צום ערשטן מאל דערמאנט געווארן אלס "וואלפספערך" אין יאר 1178, אין א געשיכטע איבערן סאנקט פאול [[קלויסטער]] אין לאוואנטאל. דער דערנעבנדיגער זידלונג ארט איז געווארן דער פארוואלטונג צענטער פון די קארינעטישע געביטן פון באמבערג, און אין יאר 1331 האט די שטאט באקומען רעכטן פון א געהעריגער שטאט.
 
אין יאר 1338 זענען די אידישע איינוואוינערס פון דער שטאט פארטריבן געווארן. אין דער ענדע פונעם [[14טן14טער י"ה|14טן יארהונדערט]], איז די ביישטאט וועלכע פלעגט זיך געפינען אויף דער אנדערער זייט פון דער בריק, איינגעגלידערט געווארן צו וואלפסבערג אלס א אונטערשטאט. אין ביידע זייטן פון דער שטאט האט מען געבויט מויערן וואס שפעטער זענען באפעסטיגט געווארן נאך שטערקער און האבן באשיצט די שטאט פון די איבערפאלן פון די אונגארישע און די טורקס.
 
אין [[1716]], 170 הייזער אין וואלפסבערג זענען גענצליך פארניכטעט געווארן אין א שרעקליכער שריפה. אין יאר [[1759]], וואלפסבערג, צוזאמען אינאיינעם מיט די אנדערע באזיצונגען פון דעם באבענבערגער הויז, זענען אפגעקויפט געווארן דורך די [[האפסבורגער הויז|האפסבורגערס]]. נאכדעם וואס דער פארקויף און דער אנוואקס פון וויינשטאקן האט זיך היפש רעדוצירט זענען אייזן-האנדל און פאראבעטונג שטארק אויפגעשטיגן און געווארן די וויכטיגסטע ווירטשאפט צווייגן פון דער שטאט. אין יאר 1780 האט פראנץ פאול פון הערבס געגרינדעט אין וואלפסבערג א פאבריק פון בלייווייס. אין 1846 האט דער גראף הוגא הענקל פון דאנערסמארק באקומען די הערשאפט איבער דער שטאט און האט פארוואנדלט דעם שלאס אין א [[גרויסע בריטאניע|ענגליש]] - טודארסטיל שלאס.