אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "שלום עליכם שולן"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 5:
סקעפטיקער, שטרויכלונגען און שוועריקווטן האבן נישט אויסגעפעלט. אבער אין דער פערספעקטיוו פון דער צייט, קענען מיר פעסטשטעלן אז ס'איז געווען כדאי, און פון דער צווישא איז וא ארויס א מניין.
 
שוין איןיאר 1920, א גרופע אימיגראנטן, אידעאליסטן פון דער לינקער [[פועלי ציון פארטיי]], גרונדן די באראכאוו שולן אין [[בוענאס איירעס]], [[ארגענטינע]]. די יונגע יידישע אימיגראנטן, אין עלטער פון ארצן בוזביז דרוו און צוואנציק יאר, אנגעקומענע פון [[מזרח-אייראפע]] האבן פארשטאנען. די וויכטיקווט פון שאפן א דערציערישע ריכטונג אין דעם לעבן פון דער יידישער קהילה, און מיט פול מי און איבערגעגעבנקייט האבן זיי עס געטאן.
 
אין יאר 1932 האט די אגענטינער רעאקציאנערישע רעגירונג געשלאסן די באראכאוו שולן.
 
אין יאר 1934, ווערט געגרינדעט די צווישא, דורך די לינקע פועלי ציון עסרנים. עס ווערן געגרונדעט די שלום עליכם שולן, מיט א וועלטלעכע יידישע ציוניסטישע רוכטונג. די ערשטע צענדליקער יארן, האבן די קינדער געלערנט אין צוויי טורנעס (פרימארגן און נאכמוטאג). די שול האט געמוזט קאנקורירן מיט גוטע מלוכה שולן, אומזיסטע. א האלבן טאג האט מען געלערנט אין דער צלוכה שול, און די צוויטע העלפט אין דער יידישער שול. עס זענען אויך געווען אוונט קורסן פאר דער יוגנט. אין פארלויף פון די יארן האבן די אוונט קורסן זיך פארוואנדלט אין דער "שלום עליכם" מיטל שול (נאכמוטאג און אוונט).
 
ס'איז געשאפן געווארן א לערן-פראגראם מיט א הויכן פעדאגאגושן צוגאנג צו וועלטלעך יידיש חינוך און בליק צום יידישן פאלק און [[ארץ ישראל]]. די מערהייט פונעם דידאקטישן מאטעריאל איז געשאפן געווארן דורך די לערעס אליין. "זוכן לערערס" איז געווען דער ערשטער שטאפל. די ערשטע לערערס זענען געבראכט געווארן פון דער קאלאניע "[[מאזעסוויל]]" (חיים וואסערשפרונג און חנה טענענבוים). פון ארגענטינער לערער סעמינאר זענען צוגעקומען פאני קארדונער און לידיא פעמאץ. מיט דער צייט, און מוטן וווקס פון דער צאל תלמידים און קלאסן, האבן זיך אנגעשלאסן בונדערטער לערעס, פון קינדערגארטן ביז דער מיטל-שול.
 
פרייוויליקע שול-עסקנים פלעגן באזוכן יידישע משפחות און "מאכן קינדער", דאס הייסט, פארשרייבן יידישע קינדער אין דער שול, כדי צו באקומען יידישע דערציונג, און אזוי אויסמיידן אסימילאציע. מ'האט געדארפט צאלן [[שכר לימוד]], אבער די פארוואלטונג פון דער שול איז נישט מוותר געווען אויף קיין קינד, אפילו ווען די משפחה האט נישט געהאט קיין געלט צו באצאלן. איז כדי צו צעקן די "לעכער" אין בודזשעט, האט מען זיך אויך אפגעגעבן צו "שאפן געלט" (שפנדונגען, בייטראגן, אונטערנעמונגען, א.א.וו.).
 
און 1942 איז אויפגעשטעלט געווארן די צענטראלע שלום עליכם שול, אויף דער גאס סרנו 341, אין דער געגנט וויזשא קרעספא, אין בוענאס איירעס. מיט דער צייט, האבן אין דער צענטראלער שלום עליכם שול געלערנט צוויי טויזנט תלמידים (פון קינדערגארטן ביז דער מיטל שול). אויך אין די געגנטן מאטאדעראס און פלארוצא זענען געווען שלום עליכם שולן.