אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "סאטמאר (הויף)"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
טאַגן: מאביל־רעדאַקטירונג מאביל וועב־רעדאקטירונג
אריבערגענומען איבערגעזעצטע נעמען צו סאטמאר (שטאט)
שורה 4:
== רבי יואל טייטלבוים ==
{{הויפט ארטיקל|יואל טייטלבוים}}
סאטמאר ([[ראמעניש]]: Satu Mare; [[אידיש]]: סאַטמאַר אדער סאַטמער; [[אונגאריש]]: Szatmárnémeti; [[דייטשיש]]: Sathmar), איז א גרויסע שטאט (דעמאלטס אין [[טראנסילוואניע]] און היינט אין [[ראמעניע]]) דארט וואו עס האבן געוואוינט טויזנטער פרומע אידן פון פארשידענע שיכטן און קרייזן אין די יארן נאך דער ערשטער וועלט-מלחמה. אין יאר [[ה'תרפ"ח]] איז פלוצלינג נסתלק געווארן דער סאטמארער רב, '''ר' אליעזר דוד גרינוואלד''', דער '''קרן לדוד''', איז דאן ווידער ערוועקט געווארן דער געדאנק פון אויפנעמען רבי יואל טייטלבוים פאר רב. רבי יואל האט דארט געהאט פילע אנהענגערס און חסידים, נאך געציילטע יארן פון מיינונגס פארשידנהייטן און א דין תורה איז רבי יואל אויפגענומען געווארן פאר רב, און איז זיך געקומען באזעצן אין שטאט אין יאר תרצ"ד.
 
אין סאטמאר האט רבי יואל געפירט א גרויסע ישיבה. ער איז געווען דארט רב ביזן [[חורבן אייראפע]], ווען מ'האט אין [[ניסן]] [[ה'תש"ד]] קאנצערטרירט די סאטמארער אידן אין געטא, און זיי שפעטער ליקווידירט אין דעם טרויעריג-בארימטן פארניכטונג לאגער, אוישוויץ הי"ד.