אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "טכויר"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מ פעלץ איז ל״ז
טאַגן: מאביל־רעדאַקטירונג מאביל וועב־רעדאקטירונג
שורה 3:
 
==שילדערונג==
עס זענען פאראן 11 [[זגאל|זגאלן]] פון טכוירן צוטיילט אויף פיר [[סארט|סארטן]]. טכוירן פון דעם מין ''Mydaus'' באוואוינען [[אינדאנעזיע]] און [[פיליפינען]]; די אנדערע באוואוינען אמעריקע פון [[קאנאדע]] ביז [[דרום אמעריקע]]. די דורכשניטלעכע גרייס פון דעם טכויר איז צווישן פערציג און זיבעציג סענטימעטער און זיין וואג איז צווישן א האלבן [[קילא]] ביז פיר און א האלב קילא. די קערפער פון די טכוירן איז פארלענגערט, זייערע פיס זענען קורץ און היפש מוסקלדיג, און זייערע פאדערשטע נעגל זענען לאנג.
טראצדעם וואס זייער פעלץ פארב וועלכער כאראקטעריזירט זיי איז שווארץ און ווייס, עס איז נישט קיין זעלטענע דערשיינונג זיך צו באגעגענען מיט טכוירן וועלכע פארמאגן א [[ברוין|ברוינעם]] אדער א [[גרוי|גרויען]] פעלץ. אלע טכוירן ווערן געבוירן שוין מיט שטרייפן. עטליכע זגאלן פארמאגען א דיקן שטרייף לענגאויס זייער ריקן און וויידל, און אנדערע האבן צוויי דינע שטרייפן,און אויכעט עס איז פאראן אזעלכע וואס האבן פינטלעך אויף זייער קערפער, אדער געשטרייפענע פיס.
 
 
 
==אייגנשאפטן==