אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "דוד משה ראזנבוים"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
טאַגן: מאביל־רעדאַקטירונג מאביל וועב־רעדאקטירונג
טאַגן: מאביל־רעדאַקטירונג מאביל וועב־רעדאקטירונג
שורה 7:
נאך דער [[צווייטער וועלט קריג]] איז ער אריבערגעצויגן אין [[סיגעט]], דארט וואו זיינע תלמידים האבן אים אויפגענומען אלס זייער רבי.
אין יאר [[ה'תש"ו]] האט ער געהייראט מרת אסתר רחל, טאכטער פון רבי [[חיים מרדכי לייפער]] פון [[נאדווארנא (הויף)|נאדווארנא]].
אין יאר [[ה'תש"ז]] איז ער ארויפגעקומען קיין [[ארץ ישראל]] און אנפאנג האט ער זיך באזעצט אין ירושלים. אנהייב פון די [[1950ער]] יארן, איז ער אריבערגעגאנגען וואוינען אין רחובות, דארט וואו ער האט אויפגעבויט "קרית קרעטשענעוו" און ווידער אויפגעשטעלט דעם קרעטשענעווער חסידות פונדאסניי און פון אש און פארעך. ער האט אויכעט אויפגעבויט א ישיבה מיטן נאמען "שערי אליעזר" אין זכר פון זיין פאטער.
ער פלעגט כסדר ארויסהעלפן נויטבאדערפטיגע מענטשן, און זיין שטוב איז שטענדיג געווען אפן פאר אלעמען.
 
ער האט געהאט גאר א שטארקן איינפלוס, און ער האט זיך ערווארבן אומעטום א נאמען פון א בעל מופת, און ער פלעגט אויסהיילן א סאך קראנקע מענטשן. טאג טעגליך פלעגן שטראמען צום אים פילצאליגע מענטשן כדי צו באקומען א ברכה פונעם צדיק, און כדי צו געהאלפן ווערן מיט אלע רפואות און ישועות.
 
אין יאר [[ה'תשכ"ט]], איז ער געפארן קיין [[ראמעניע]] מיט א ציל צו באזוכן און דאווענען אויף די קברים פון זיינע הייליגע אבות. דורךאינמיטן דעם באזוך, אין [[ט"ו תמוז]], פלוצלונג האט ער זיך אנגעהויבן צו פילן שלעכט און אפגעשוואכט, און ליידער צוריקגעקערט זיין נשמה צום אייבערשטן.
ער איז באערדיגט געווארן אין רחובות.
 
==פאמיליע==