אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "שלום קרויז"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
←‏זיין פטירה: געפוצט און פארבעסערט נאך א ביסל.
טאַגן: מאביל־רעדאַקטירונג מאביל וועב־רעדאקטירונג
טאַגן: מאביל־רעדאַקטירונג מאביל וועב־רעדאקטירונג
שורה 74:
מוצש"ק וישלח תשע"א איז ער נפטר געווארן.
 
תיכף ווען די בשורה איז פארשפרייט געווארן האט זיך פארזאמלט ארום דעם אודוואריער [[בית מדרש|בית המדרש]] און אין די גאסן ארום, צענדליגע טויזנטער אידן. מען האט דעם צדיק גע'טובלט אין זיין אייגענעם מקוה בראשות די אויסגעקליבענע [[חברה קדישא]] ווי אויך עטליכע אנזיכטיגע און חשוב'ע תלמידים. נאכדעם האט מען דעם ארון אריינגעטראגן אין בית המדרש. תלמידים האבן זיך קריעה געריסן כהלכה. נאך די הקפות האבן מספיד געווען קודם דער שוואגער דער קערעסטיר־בערבעשטער רבי הרב ישעי' גראס וואס ער האט אויך אויפן פלאץ מכתיר געווען דעם נייעם רב זיין איינציגן זון, שמואל דוד קרויז . נאכדעם האבן מספיד געווען: דער קארלסבורגער רב, רבי [[יחזקאל ראטה]], אדמו"ר מהארעדענקא מאנטשעסטער א מחותן. איינער פון די צוויי [[סאטמאר (הויף)|סאטמארער]] רביס, רבי [[זלמן לייב טייטלבוים]]. דער [[מונקאטש (הויף)|מונקאטשער]] רבי, רבי [[משה לייב ראבינאוויטש]]. דער [[פאפא]] רבי, רבי [[יעקב יחזקיה גרינוואלד]], רבי [[טודרוס זילבער]] יאוואזשנער שכן טוב רב. אב"ד סאטמאר וומס"ב רבי [[מענדל טייטלבוים]], דעם רברבינ'ס איידעם רבי נחום מאיר גערמאן. דעםדער רברבינ'ס איידעם רבי מאיר יוסף ראזענבוים - [[סטראזשניץ (הויף)|סטראזשניצער]] רבי פון [[קליוולאנד]]. אן אייניקל פונעם רב, רבי ישראל אברהם אלטער קרויז - [[קערעסטיר|קערעסטירער]] רבי. אן אייניקל פונעם רב, רבי ישכר דוב טויב, נעשכיזער רב פון וויליאמסבורג. אן אייניקל פונעם רב, הרב מתולדות נפתלי. אן אייניקל פונעם רב, רהירבי איתמר ראזענבוים פון מאנסי,והאחרון הכביד כ"ק מרן הגאב"ד ד'אודווארי . ווי אויך דער משמש בקודש הרב חיים אהרן מיללער נ"י. פארטאגס איז די לוויה אנגעקומען צום חלקת אודווארי [[ניו זשערסי|ניו דזשערסי]] וואו עס איז געווען שווארץ פון די הונדערטער אידען וואס האבעןהאבן דארט אפגעווארט דעם ארון. אין דעם בית החיים זענען אויכעט אפגעהאלטן געווארן מילי דהספידא, און דערנאך דער ארון איז נטמן געווארן אינעם אוהל פון צדיקי בית אודווארי זי"ע.
 
די וואך פון דער שבעה זענען טויזנטער אידן דורכגעגאנגען מנחם אבל זיין און טרייסטן זיין איינציגן און באליבטן זון רבי שמואל דוד וואס איז באקאנט בעולם התורה והחסידות און וואס האט ערווארבן א נאמען פון א געוואלדיגער תלמיד חכם און פוסק, וועלכער איז א בקיא בכל מכמונות התורה, און וועלכער האט געהאט א היתר הוראה שוין פילע יארן, זייט תשכ"ז. צווישן די רביס וואס זענען געקומען צו מנחם אבל זיין, זענען אריינגערעכנט: ביידע סאטמארער רביס. די רביס פון, באבאוו, פאפא, וויזשניץ, סקווירא, רחמיסטריווקא, פשעווארסק, קרעטשענעוו, וויען צעהלים, תולדות אהרן, מונקאטש, דינוב און נאך.
שורה 82:
ביי די שלושים איז פארגעקומען א ריזיגע סעודה אינעם בית רחל זאל אין וויליאמסבורג מיט דער באטייליגונג פון טויזנטער מענטשן אין הויפט פון זיין ממלא מקום רבי שמואל דוד, וואס האט געמאכט דעם סיום ששה סדרי משנה און האט אויפגעטרעטן מיט דברות קודש. אויך האבן גערעדט דער שאצער רבי, דער קערעסטירער רבי און נאך.
 
מיט דעם הסתלקות פון אייננאיינעם פון די איינציגע פארצייטישע צדיקים פון דער אלטער היים האט זיך געשלאסן א תקופה וואס האט צוזאמעגעבינדן דעם היינטיגן דור מיטן פריערדיגן.