אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "משה ערנסטער"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
געפוצט
טאַגן: מאביל־רעדאַקטירונג מאביל וועב־רעדאקטירונג
←‏געשיכטע: געפוצט
טאַגן: מאביל־רעדאַקטירונג מאביל וועב־רעדאקטירונג
שורה 2:
 
==געשיכטע==
רבי משה ערנסטער איז געבוירן געווארן אין יאר [[ה'תרפ"ה]] אין שטאט [[קלויזענבורג]], [[ראמעניע]], צו זיינע עלטערן הרב חיים און מרת ריקל גיטל, וועלכע זענען אומגעקומען על קידוש השם אין דער [[צווייטער וועלט קריג]]. ווען ער איז געווארן דרייצן יאר אלט, נאך זיין [[בר מצווה]], איז ער ער געפארן אין [[וויזשניץ (שטעטל)|וויזשניץ]] צו לערנען אין דער ישיבה פון רבי [[אליעזר האגער]] וועלכער איז אויכעט געווען באקאנט אלס "דמשק אליעזר", ביז דעם טאג וואס דער [[רוסלאנד|רוסישער]] מיליטער האט איינגענומען דעם געגנט. דערנאך איז ער אריבערגעצויגן אין [[גרויסווארדיין]] צו לערנען אין דער ישיבה פון זיין צוקונפטיגן שווער רבי [[חיים מאיר האגער]], ביז דער אייננעמונג פון [[אונגארן]] דורך די [[נאציזם|נאציס]] ימח שמם אין [[1944]] און פון דארט איז ער אנטלויפןאנטלאפן קיין [[בוקארעשט]] מיט א קליינע צאל פון זיין פאמיליע מיטגלידער. אין יאר [[ה'תש"ה]] ווען די צווייטע וועלט קריג האט זיך געענדיגט, איז ער ארויפגעקומען קיין [[ארץ ישראל]] צוזאמען מיט זיין משפחה און האט זיך באזעצט אין [[תל אביב]], און דארט האט ער אויכעט אנגעהויבן צו לערנען אין דער וויזשניצער ישיבה.
 
[[י"ט אדר ב']] [[ה'תש"ח]], האט ער געהייראט מרת [[שבע ברכה ערנסטער|שבע ברכה]] (נפטר געווארן [[כ"ה אייר]] [[ה'תשס"ט]]), טאכטער פון רבי חיים מאיר האגער, דער פערטער וויזשניצער רבי.
 
נאך דער פטירה פון זיין שווער אין [[ט' ניסן]] [[ה'תשל"ב]], האט ער אויפגעשטעלט צוזאמען אינאיינעם מיט זיין רעביצין די "מאור חיים" פערטלןפערטלען אין צפת און אין ירושלים, דארט וואו ער האט אויכעט אויפגעבויט די "מאור חיים" מוסדות און איז באשטימט געווארן אלס זייער פרעזידענט. דערצו האט ער אויכעט אויפגעשטעלט מוסדות וואס זענען געאייניגט פאר קינדער מיט ספעציעלע געברויכן.
 
ער פלעגט וואוינען אין ירושלים אין [[סנהדריה]] געגנט. [[כ"ו טבת]] [[ה'תשע"ג]], אין טיפן עלטער פון אכט און אכציג יאר האט ער אויסגעהויכט זיין אויסגעלויטערטע נשמה צום באשעפער, און באערדיגט געווארן אין דעם וויזשניצער [[בית החיים]] אין [[בני ברק]].