אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "משה ערנסטער"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
געשאפן א נייעם בלאט. ביטע נישט מאכן קיין ענדערעש ביזדערווייל. איך האלט אינמיטן ארבעט
טאַגן: מאביל־רעדאַקטירונג מאביל וועב־רעדאקטירונג
 
←‏געשיכטע: אינמיטן ארבעט
טאַגן: מאביל־רעדאַקטירונג מאביל וועב־רעדאקטירונג
שורה 2:
 
==געשיכטע==
רבי משה ערנסטער איז געבוירן געווארן אין יאר [[ה'תרפ"ה]] אין שטאט [[קלויזענבורג]] [[ראמעניע]], צו זיינע עלטערן הרב חיים און מרת ריקל גיטל, וועלכע זענען אומגעקומען על קידוש השם אין דער [[צווייטער וועלט קריג]]. ווען ער איז געווארן דרייצן יאר אלט, נאך זיין [[בר מצווה]], איז ער ער געפארן קיין [[וויזשניץ (שטעטל)|וויזשניצער]] צו לערנען אין דער ישיבה פון רבי [[אליעזר האגער]] וועלכער איז אויכעט באקאנט אלס "דמשק אליעזר" ביז דעם טאג וואס די [[רוסלאנד|רוסישער]] מיליטער האט איינגענומען דעם געגנט. דערנאך איז ער אריבערגעצויגן אין [[גרויסווארדיין]] צו לערנען אין דער ישיבה פון זיין צוקונפטיגן שווער רבי [[חיים מאיר האגער]], ביז דער אייננעמונג פון [[אונגארן]] דורך די [[נאציזם|נאציס]] ימח שמם, און פון דארט איז ער אנטלויפן קיין [[בוקארעשט]] מיט א קליינע צאל פון זיין פאמיליע מיטגלידער.
אין יאר [[ה'תש"ה]] ווען די צווייטע וועלט קריג האט זיך געענדיגט, איז ער ארויפגעקומען קיין [[ארץ ישראל]] צוזאמען מיט זיין משפחה און האט זיך באזעצט אין [[תל אביב]], און דארט האט ער אויכעט אנגעהויבן צו לערנען אין דער וויזשניצער ישיבה.