אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אלימלך בידערמאן"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
טאַגן: מאביל־רעדאַקטירונג מאביל וועב־רעדאקטירונג
שורה 1:
[[טעקע:אלימלך בידרמן.JPG|קליין]]
רבי '''אברהם אלימלך בידערמאן''' (געבוירן [[ט' חשוון]] [[ה'תשכ"ח]]), איז א גרויסערבאקאנטער חסידישער [[משפיע]] און א בעל דרשן אין [[ארץ ישראל]].
==לעבנס געשיכטע==
ער איז א זון פון רבי אלטער אלעזר מנחם בידערמאן, [[לעלאוו (הויף)|לעלאווער]] רבי אין [[בני ברק]], און א זון פון רבי [[משה מרדכי בידערמאן|משה מרדכי]] פון לעלאוו. אלס בחור האט ער געלערנט אין דער [[פאנאוועזשער ישיבה]], סיי אין ישיבה גדולה און סיי אין ישיבה קטנה. ער האט געהייראט דער טאכטער פון רבי נתן דוד ראזענבוים, דער [[זוטשקא (הויף)|זוטשקער]] רבי פון בני ברק.
 
אנפאנג פון די [[2000ער]] יארן, פלעגט ער פראווען ביי זיך אין שטוב פרייטיג צונאכט [[באטע|באטעס]], אין באטייליגונג פון חסידישע בחורים, הויפטזעכלעך פון דער [[סלאבאדקער ישיבה (בני ברק)|סלאבאדקער ישיבה]]. דערצו האט ער אויכעט אנגעהויבן פארלערנען א שיעור פאר חסידישע בחורים (א גרויסע צאל פון זיי תלמידים פון דער [[מירער ישיבה]]) יעדן ליל שישי. דער שיעור פלעגט פארקומעו אין שטוב פון זיין ווייב'ס זיידע הרה"ק רבי [[שלמה גאלדמאן|שלאמקע זוועהילער]] אין [[בית ישראל]] געגנט אין [[ירושלים]].
ער איז א זון פון רבי אלטער בידערמאן, [[לעלאוו (הויף)|לעלאווער]] רבי אין [[בני ברק]], און אן איידעם פון רבי נתן דוד ראזנבוים, זוטשקער רבי פון בני ברק.
 
אין דער ענדע פונעם ערשטן צענדליג פונעם [[21סטער י"ה|21סטער]] יארהונדערט, ווען רבי אלימלך'ס נאמען האט זיך שוין היפש פארשפרייט און באקאנט געווארן כמעט איבעראל, האט ער אנגעהויבן צו ווערן איינגעלאדנט צו אויפטרעטן און פארלערנען שיעורים אין פארשידענע ישיבות און [[בית מדרש|בתי מדרשים]], א שטייגער וואס גייט אן היינט צו טאגס אויכעט.
 
צוביסלעך, מיט דער צייט, האבן זיך איינגעזאמלט ארום אים אנהענגרס וואס האבן אים שטארק באווענדערט, הויפטזעכלעך יונגע אברכים פון [[אלעד]], [[בית שמש]], [[מודיעין עילית]] און [[ביתר עילית]] וועלכע זענען געווארן זיינע תלמידים און זענען אנגעקניפט צו אים מיט א מוראדיגע געטריישאפט. ער וויילט פון צייט צו צייט אויף שבתים מיט זיינע תלמידים אין די אויבערדערמאנטע שטעט. אויכעט פראוועט ער שבתים אין [[מירון]] מיט זיינע תלמידים.
 
זיינע שיעורים און דרשות באשטייען פון אמרות, דערציילונגען פון צדיקים, א.א.וו. ער רעדט א סאך פון [[אמונה]] און בטחון אין דעם אייבערשטן.
טייל פון זיינע שיעורים און דרשות זענען טראנסמיטירט דורך [[קול הלשון]], כדי צו מזכה זיין אנדערע וואס ווילן מיטהאלטן די שיעורים.
 
==קינדער==