אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "תולדות אברהם יצחק"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
טאַגן: מאביל־רעדאַקטירונג מאביל וועב־רעדאקטירונג
אין תקציר עריכה
טאַגן: מאביל־רעדאַקטירונג מאביל וועב־רעדאקטירונג
שורה 1:
[[טעקע:Toldos Avrohom Yitzchok Beit Shemesh Synagogue.JPG|קליין|250px|די [[שול]] פֿון "תולדות אברהם יצחק" אין [[בית שמש]]]]
'''תולדות אברהם יצחק''' איז א חסידישער [[ירושלים|ירושלימער]] הויף וועלכע געהערט צום [[יישוב הישן]] און צו דער [[עדה החרדית]].
==געשיכטע און כאראקטערן פונעם הויף==
דער הויף איז געגרינדעט געווארן אין [[ה'תשנ"ז|תשנ"ז]] דורך די וואס האבן זיך אפגעטיילט פון [[תולדות אהרן]] נאך די פטירה פון זייער רבין רבי [[אברהם יצחק קאהן]] און געקרוינט זיין עלטערן זון רבי [[שמואל יעקב קאהן]] פאר זייער [[רבי]]. דער הויף באשטייט היינט צו טאגס פון 650 משפחות און הויפטקווארטירט אין דער [[מאה שערים]] געגנט אין [[ירושלים]] דארט וואו עס וואוינען די מערהייט פון די חסידים. דער צווייטער הויפט צענטער פון תולדות אברהם יצחק געפינט זיך אין בית שמש. אויכעט זענען דא אנדערע פיליאלען פון דעם הויף אין [[ביתר עילית]], [[מאנסי]], [[קרית יואל]], [[בארא פארק]],[[וויליאמסבורג]] און [[לאנדאן]]. לעצטנס האט זיך געעפנט אויכעט א קליינער שטיבל אין [[בני ברק]].
דורך די פארלויפענע יארן האבן זיך מצרף געווען צו דער חסידות אויכעט אזעלכע וואס קומען פון אנדערע הויפן, און הויפטזעכטלעך פון אונגארישע הויפן. די [[ארץ ישראל|ארץ ישראל'דיגע]] חסידים וואס שטאמען אפ אריגינעל פון דער מוטער חסידות פירן זיך לויט די תקנות און גייען אנגעטוהן מיט דעם גאנצן ירושלימער לבוש, סיי מענער און סיי פרויען. די מענער גייען מיט געשטרייפענע קאפטאנעס, האלבע הויזן מיט לאנגע זאקן (אינמיטן דער וואך שווארצע און [[שבת]] און [[יום טוב]] גייען זיי מיט ווייסע), ווייסע יארמולקע, און טראגען א [[שטריימל]] פון דער [[בר מצווה]]. די פרויען שערן זיך אפ אינגאנצן די האר פונעם קאפ נאך דער חתונה (אזוי ווי ס'איז אנגענומען ביי חסידישע הויפן אפשטאמיגע פון [[אונגארן]], [[גאליציע]] און [[ראמעניע]]) טראגען א שווארצע טיכל, מיט ברייטע און נישט רעש'נדיגע קאלירטע קליידער און דיקע שווארצע שטרימפ, אזוי ווי עס שטייט אין ספר התקנות וואס איז געשריבן געווארן דורך רבי [[אהרן ראטה]].
אנדערעש ווי [[תולדות אהרן]] וואס רעכנט זיך מער אלס א חבורה ווי א חסידות, תולדות אברהם יצחק איז אויסגעשטעלט מער ווי א חסידות.