אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אברהם יצחק קאהן"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
פארבעסערעט און צוגעלייגט אינהאלט
טאַגן: מאביל־רעדאַקטירונג מאביל וועב־רעדאקטירונג
שורה 1:
'''אברהם יצחק קאָהן''' ז"ל ([[ו' טבת]] [[ה'תרע"ד]]-[[כ"ז כסלו]] [[ה'תשנ"ז]]), איז געווען דער גרינדער פון [[תולדות אהרן]] חסידות.
ר' '''אברהם יצחק קאָהן''' ז"ל ([[ו' טבת]] [[ה'תרע"ד]]-[[כ"ז כסלו]] [[ה'תשנ"ז]]), איז געווען דער גרינדער פון [[תולדות אהרן]] חסידות, נאך דער פטירה פון זיין שווער רבי [[אהרן ראטה]] פון [[שומרי אמונים]]. ער איז געווען א תלמיד פון [[יואל טייטלבוים|סאטמארער רב]] און איז געווען א גרויסער קנאי און פרומער. ער האט זיך שטארק אונטערגעווארפן דעם סאטמארער רב'ס א ווארט נישט גענומען קוויטלעך אין דער שטאט פון זיין רבין ער האט פארברייטערט דאס חסידות פון א קליינעם קיבוץ צו א גרויסן חסידות, געלאזט מאכן נאך א מנין. בסוף ימיו צוליב דער ענגקייט אין ירושלים האט ער געלאזט זיינע חסידים גיין וואוינען קיין [[בית שמש]],
 
==געשיכטע==
רבי אברהם יצחק איז געבוירן געווארן אין יאר ה'תרע"ו אין שטאט [[צפת]] צו זיין פאטער רבי אהרן דוד, און צו זיין מוטער מרת שיינדל ברכה. זיין מוטער איז געווען אן אייניקל פון רבי אברהם יצחק העלער (נאך וועמען ער האט געהייסן), א זון פון רבי [[שמואל העלער]] וועלכער איז געווען דער רב און גייסטישער לידער פון דער [[אשכנזים|אשכנזי'שער]] קהילה אין צפת איבער פערציג יאר. אין זיינע קינדערישע יארן האט ער זיך אריבערגעצויגן צוזאמען מיט זיינע עלטערן אין [[טראנסילוואניע]]. דארט האט ער געלערנט צוזאמען מיט רבי ישראל פריינד פון הוניאד וועלכער איז געווען א זון פון רבי [[אברהם יהושע פריינד]], און אויכעט פלעגט ער לערנען א שטיקל צייט ביי [[רבי יהודה סג"ל ראזנער]] פון [[סעקלהיד]]. דערצו איז ער געווען א תלמיד פון [[יואל טייטלבוים|סאטמארער רב]] און איז געווען א גרויסער קנאי און פרומער. ער האט זיך שטארק אונטערגעווארפן דעם סאטמארער רב'ס א ווארט נישט גענומען קוויטלעך אין דער שטאט פון זיין רבין.
אין יאר [[ה'תש"ז]], נאך דער פטירה פון זיין שווער רבי [[אהרן ראטה]], האבן די גרויסע מערהייט פון די חסידים אים אנגענומען אלס דער ממשיך פון זיין שווער, און נאר א קליינע צאל האבן אויסגעוועלט אין זיין שוואגער רבי [[אברהם חיים ראטה]] איבערצונעמען דער פירערשאפט פון זיין טאטן. אין זיינע טעג דער תולדות אהרן הויף האט זיך אנגעהויבן צו בליען און ער האט פארברייטערט דאס חסידות פון א קליינעם קיבוץ צו א גרויסן חסידות, געלאזט מאכן נאך א מנין. אין זיינע לעצטע יארן צוליב די ענגשאפט אין ירושלים און צוליב די הויכע פרייזן פון דירות אין ירושלים האט ער געלאזט זיינע חסידים גיין וואוינען קיין [[בית שמש]], וואו היינט צו טאגס וואוינען הונדערטער משפחות פון תולדות אהרן און [[תולדות אברהם יצחק]]. ער איז נפטר געווארן [[כ"ז כסלו]] [[ה'תשנ"ז]] און באערדיגט געווארן אין [[הר הזיתים]]. נאך איידער ער איז אוועק, דער הויף האט זיך צוטיילט צו צוויי הויפן. די מערהייט חסידים האבן געשטיצט און באקרוינט רבי דעם צווייטן זון רבי [[דוד קאהן|דוד]], און דער צווייטער טייל פון די חסידים האבן זענען געבליבן פארגלייבט און געטריי צום עלטערן זון רבי [[שמואל יעקב קאהן]], וועלכער האט געגרינדעט און אויפגעשטעלט אן אייגענער הויף אונטערן נאמען "תולדות אברהם יצחק.
 
== משפחה ==