אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "בנימין ביינוש פינקל"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
שורה 1:
הרב '''בנימין ביינוש פינקל''' ([[ה'תרע"ג]], [[1913]] - [[י"ח שבט]] [[ה'תש"ן]], [[13טן פעברואר]] [[1990]]) איז געווען ראש ישיבה פון דער [[מירער ישיבה]] אין [[ירושלים]] און א מיטגליד פון דער [[מועצת גדולי התורה]] פון [[דגל התורה]].
 
==ביאגראפיע==
==ביאגאפיע==
ר' ביינוש איז געבוירן געווארן אין [[מיר, בעלארוס|מיר]], [[רייסין]] (דעמאלסט אין דער [[רוסלענדישע אימפעריע|רוסלענדישער אימפעריע]], היינט [[בעלארוס]]) צו רב [[אליעזר יהודה פינקל (א)|אליעזר יהודה פינקל]], און צו מלכה, טאכטער פון הרב [[אליהו ברוך קמאי]], וואס האט דעמאלסט געדינט ווי ראש ישיבה און שטאטס רב פונעם שטעטל מיר. ווען ער איז געווען אלט א יאר האט אויסגעבראכן די [[ערשטע וועלט מלחמה]], און ער איז אריבער מיט זיין משפחה צום שטעטל [[סטויפץ]], צוזאמען מיט די מירער ישיבה'לייט. נאך א שטיק צייט איז די גרופע אריבער קיין [[פאלטאווע]]. ביים סוף פון דער מלחמה איז נפטר געוווארן זיין זיידע, רב קמאי, דער ראש ישיבה, און מ'האט באשטימט זיין פאטער רבי אליעזר יודל דעם ממלא מקום ווי ראש ישיבה. נאך דער ערשטער וועלט מלחמה איז זיין משפחה אריבער צוזאמען מיט דער ישיבה קיין [[ווילנע]], וואו זיי זענען געבליבן ביזן מיטן פון [[ה'תרפ"א]] ([[1921]]). זומער תרפ"א זענען זיי צוריקגעקומען אין מיר, און זיין פאטער האט באנייט די טעטיקייט פון דער ישיבה דארט.
 
שורה 8:
אין תש"א (1941) איז ער ארויף קיין ארץ ישראל מיט א גרופע פון מירער תלמידים וואס זיין פאטער האט אריבערגעפירט, און ער האט זיך באזעצט אין ירושלים.
 
אין תש"ב (1942) האט ער געהייראט אסתר יענטא, די טאכטער פון הרב [[שמואל גריינימאן]], וואס אין די 1920ער האט געדינט ווי מנהל פון דער מירער ישיבה און האט געהאלפן זיין פאטער אויסהאלטן די ישיבה. במשך א תקופה האט ער געוואוינט אין [[בני ברק]] און האט געדאווענט אין דער שול פון זיין פעטער דעם [[חזון איש]].
 
== אין דער מירער ישיבה ==
שורה 20:
 
נאך זיין פטירה האט מען באשטימט זיין עלטסטן איידעם, הרב [[נתן צבי פינקל (מיר)|נתן צבי פינקל]], ראש ישיבה, און זיינע אנדער איידעמער [[ר"מ]]ים.
 
זיין אלמנה אסתר יענטא איז נפטר געווארן כ״ח אב תשע״ז אין ירושלים.
 
== משפחה ==