אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אהרן מנחם מענדל טווערסקי"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
פארבעסערט
טאַגן: מאביל־רעדאַקטירונג מאביל וועב־רעדאקטירונג
געפוצט
טאַגן: מאביל־רעדאַקטירונג מאביל וועב־רעדאקטירונג
שורה 2:
הרב '''אהרן מנחם מענדל טווערסקי''' (געבוירן [[ה'תשכ"א|תשכ"א]]) איז דער עלטסטער זון פון [[דוד טווערסקי|סקווערער רבי'ן]] און מרת חנה חיה, טאכטער פון הרה"ק רבי [[משה יהושע האגער]], דער פריערדיגער [[וויזשניץ (הויף)|וויזשניצער]] רבי פון [[בני ברק]]. ער ווערט געזען ווי דער ממשיך השלשלת הקודש, נאך יעצט בחייו פונעם טאטן טוט אים שוין דער טאטע שיקן אויף פארשידענע שליחות'ן און אויפגאבעס.
 
[[ב' אדר]] [[ה'תשמ"ב]] האט ער געהייראט זיין שוועסטער קינד מרת חוה רייזל, טאכטער פון זיין פעטער און אויכעט זיין עלטער פעטער רבי [[מרדכי האגער]] [[וויזשניץ (הויף)|וויזשניצער]] רבי פון מאנסי, וועלכער איז זיין פעטער (איידעם פונעם פריערדיגן סקווערער רבי, רבי [[מאנסייעקב יוסף טווערסקי]]) און וואס איז אויכעט זיין עלטער פעטער (ווייל ער איז א ברודער פון זיין זיידע דער פריערדיגער וויזשניצער רבי פון בני ברק).
 
ווי אויך ווערט דער קייט ווייטער געצויגן אז זיין עלטסטער זון הרב יעקב יוסף - דאס עלטסטע אייניקל פון סקווערער רבי'ן, איז אן איידעם ביי זיין ברודער וואס זיין טאכטער מרת מרגלית איז דאס צווייטע עלטסטע אייניקל.