אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "סטאמפארד היל"

84 בייטן אראפגענומען ,  פֿאַר 4 יאָר
מ
קיין רעדאקטירונג רעזומע
(נאך באקאנטע איינוואוינער)
מ
די יידישע באפעלקערונג וואוינט דארט זייער צעזייעט צווישן די גוים, אבער די לעצטע צען יאר איז עס געווארן גאר שטארק אויפגעבויט אינעם יידיש היימישן שטאנדפונקט, וויבאלד פילע עמיגראנטן פון ארץ ישראל און אמעריקע האבן דארט חתונה און דרייען איבער די שטאט אויף מער ביזנעס האנדל ווי א שטייגער זייער געבורט לאנד.
 
די יידישע באפעלקערונג באשטייט הויפטזעכלעך פון [[חסידים|חסידישע]] געמיינדעס און אויכעט פון א גרויסע צאל פון [[ליטוואקעס|ליטווישע יידן]]. די צוויי גרעסטע און אנזיכטיגע חסידישע געמיינדעס זענען [[באבאוו (הויף)|באבאוו]] און [[סאטמאר (הויף)|סאטמאר]]. אלס דיין פון דער באבאווער קהילה דינט רבי בן ציון בלום, אן איידעם פון רבי [[שלמה האלבערשטאם (ב)|שלמה האלבערשטאם]], דער פריערדיגער באבאווער רבי. אלס רב פון סאטמארער קהילה (רבי [[אהרן טייטלבוים|אהרן]]) דינט רבי יוסף בנימין וואזנער, און אלס רב פון רבי [[זלמן לייב טייטלבוים|זלמן לייב]] קהילה) דינט זיין מחותן רבי [[ברוך נתן האלבערשטאם]]. אויסער דעם עס איז פאראן אין סטאמפארד היל נאך פילע קהילות און [[בית מדרש|בתי מדרשים]] אזוי ווי [[אלעקסאנדער (הויף)|אלכסנדר]], [[בעלזא|בעלזא]], [[מאכניווקא|בעלזא מאכניווקא]], [[גער (הויף)|גער]], [[וויזשניץ (הויף)|וויזשניץ]] (דער רב איז רבי אריה ווייס) און וויזשניץ מאנסי (דער פון דער מאנסי וויזשניצער קהילה איז רבי דוד האגער), [[ליובאוויטש]] און [[סקווירא (הויף)|סקווירא]]. אזוי אויכעט קען מען טרעפן דארט בתי מדרשים און געמיינדעס ווי [[תולדות אהרן]] - אונטער דער פירערשאפט פון רבי משה קאהן, [[צאנז (הויף)|צאנז]] און נאך.
 
סטאמפארד היל רעכנט זיך אויכעט אלס די הויפטקווארטיר פון פילע עשירים און בעלי צדקה אזוי ווי ר׳ [[חיים משה פעלדמאן]] פון וויזשניץ, משפחת לעוו (סאטמאר) און ר׳ [[אלי'ש ענגלענדער|אליש ענגלענדער]] און די באקאנטע משפחת בערגער.
 
==באקאנטע איינוואוינער==
715

רעדאקטירונגען