אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "קרית בעלזא"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
געשאַפֿן בלאַט מיט ''''קרית בעלזא''' איז א חרדישע געגנט אין צפון פון ירושלים וואס איז געגרינדעט געווארן ד...'
טאַגן: מאביל־רעדאַקטירונג מאביל וועב־רעדאקטירונג
 
←‏דער געבוי פון דער קריה: צוגעלייגט אינפארמאציע
טאַגן: מאביל־רעדאַקטירונג מאביל וועב־רעדאקטירונג
שורה 1:
'''קרית בעלזא''' איז א חרדישע געגנט אין [[צפון]] פון [[ירושלים]] וואס איז געגרינדעט געווארן דורך רבי [[ישכר דוב רוקח (ב)|ישכר דוב רוקח]], דער היינטיגער [[בעלזא (הויף)|בעלזער]] רבי. די געגנט באדינט אלס א וועלטליכע הויפטקווארטיר פון בעלזער חסידות.
 
==דידער געבוי פון דער קריה==
די גרונד שטיין פאר קרית בעלזא איז אראפגעלייגט געווארן אין יאר [[ה'תשל"ז]].
אין יאר [[ה'תש"ס]] איז ענדליך געעפענט געווארן דער גרויסער צענטראלער בעלזער [[בית מדרש]] דער הערליכער און זעלענער אין זיין שיינקייט בית מדרש, שטיחי אויפן שפיץ בארג און דעגרייכט צו אזא פרעכטיגע הויכקייט, אז מען קען דאס זעהן און באמערקן אפילו פון דערווייטערטע געגנטער אין ירושלים.
די קריה ווערט אנגעפירט דורך "ועד קרית בעלזא" וואס האלט פאר זיך א רעכט צו באשטימען וועמען אנצונעמען צו וואוינען דארט און וועמען נישט. איינע פון די הויפטזעכלעכע תקנות וואס זענען באשטימט געווארן איז נישט צו פארדינגען דירות פאר ישיבה בחורים. דערצו דער ועד האט אויכעט די פאראנטווארטליכקייט זיך צו פארנעמען מיט די פרייזן פון די דירות, און זיכער מאכן אז די פרייזן זאלן נישט זיין צו הויעך כדי משפחות וואס געהערן צו בעלזא און האבן נישט קיין סאך געלט, זאלן אויכעט האבן דער מעגליכקייט צו וואוינען דארט רואיגערהייט אהן קיין שום דאגות.
==די גאסן פון קרית בעלזא==
די גאסן פון דער קריה זענען גערופען נאך די פריערדיגע רביס פונעם בעלזער צווייג, ווי פאלגנד:
*דובר שלום גאס - הייסט נאך רבי [[שלום רוקח, דער ערשטער בעלזער רב און דער גרינדער פון דער חסידות. אויף דעם גאס וואוינען דער רבי און אויכעט זיין זון רבי [[אהרן מרדכי רוקח]], און אויכעט דער הויפט בית מדרש געפונט זיך דארט.
*תכלת מרדכי - נאך רבי [[מרדכי רוקח]] דער בילגורייער רב און פאטער פונעם היינטיגן רבין.
*קדושת אהרן - נאך רבי [[אהרן רוקח]], דער פריערדיגער בעלזער רב.
*בינת יששכר - נאך רבי [[ישכר דוב רוקח (א)|ישכר דוב רוקח]], דער דריטער בעלזער רב און זיידע פונעם היינטיגן רבין.
*אוהל יהושע - נאך רבי [[יהושע רוקח]], דער צווייטע ר בעלזער רב.
אויכעט א היפשער טייל פון דברי חיים גאס ווערט גערעכנט אלס א חלק פון דעם שיכון.