אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "יואל טייטלבוים"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מאין תקציר עריכה
שורה 80:
=== אין אמעריקע===
 
ער האט געוואוינט פאר א שטיק צייט נאך דער [[צווייטע וועלט מלחמה|מלחמה]] אין [[ירושלים]] (פון אינמיטן יאר תש"ו ביז אינמיטן תש"ז) אוואו ער האט אויפגעשטעלט די סאטמארע מוסדות "יטב לב" וואס דאס האט אים אריינגעפירט אין שווערע חובות וואס ער האט נישט געהאט פון ווי צו באצאלן, דערפאר איז ער געווארן געצוואונגען אונטערצונעמען א רייזע קיין [[ניו יארק]], [[אמעריקע]], וואס איז פון אנפאנג געווען געפלאנט נאר אויף א קורצע צייט, בלויז צו דעקן די חובות, אבער אין די ענדע איז ער איבערגעצייגט געווארן דורך עטליכע חסידים זיך צו באזעצן דארט, דערפאר האט ער זיך דארט באזעצט אין איז געבליבן וואוינען אין ניו יארק. קודם האט ער זיך באזעצט אין דער [[איסט סייד]] געגנט און דערנאך אין [[וויליאמסבורג]], וואו ער האט געגרינדעט די ברייט פארצווייגטע [[תורה]] אימפעריע וואס רופט זיך אונטערן נאמען "[[סאטמאר (הויף)|סאטמאר]]", וואס טוט אריינרעכענען: די קהילה [[קהל יטב לב]] ([[בית מדרש|בתי מדרשים]], [[מקוה|מקוואות]], [[בית הוראה|בתי הוראה]], [[מצה בעקעריי]], בתי חיים און נאך) און די מוסדות וואס ווערט גערופן ישיבה תורה ויראה ובית רחל (תלמוד תורה פאר אינגלעך, ישיבות פאר אינגערע און עלטערע בחורים, בית חינוך לבנות, זומער קעמפ'ס). ווי אויך די "[[התאחדות הרבנים]]", און מערערע מוסדות צדקה וחסד, וואס זענען צעשפרייט געווארן איבער דער גאנצער וועלט.
 
דער רבי זי"ע איז אויך געווען דער גאב"ד עדה החרדית אין ירושלים עיה"ק ת"ו. סוף ימיו האט דער רבי געגרינדעט דאס שטעטל "קרית יואל," אין ניו יארק לשמו ולזכרו, און דארט איז ער אויך נסתלק געווארן לחיי העולם הבא ביום כ"ו אב תשל"ט, ושם מנ"כ.
 
נאך דער פטירה פון הרב [[זעליג ראובן בענגיס]] ז"ל ירושלימער רב אין יאר [[ה'תש"ח]] האט אים די עדה החרדית אויפגענומען אלס רב פון ירושלים און ער האט אנגעהאלטן דעם טיטל ביז זיין פטירה, אבער ער איז דאך געבליבן וואוינען אין [[אמעריקע]] פון ווי זיין גרויסער השפעה האט געטון דערגרייכן ביז קיין [[ארץ ישראל]], און בלויז עטליכע מאל האט ער באזוכט אין ארץ ישראל.
שורה 96 ⟵ 98:
== זיין השקפה ==
[[טעקע:Satmaroriginal.jpg|קליין|250x250px|ביי איינע פון די פילע פראטעסטן קעגן ציונות מיט זיין נעפע דער שפעטערדיגער סאטמארער רבי ר' [[משה טייטלבוים]]]]
דער סאטמארער רבי זי"ע איז געווען דער רבא דעמיה ומדברנא דאומתיה, וואס האט זיך געשטעלט כמעט איינער אליין צו קעמפן קעגן די עוקרי הדת, מינים ואפיקורסים, וואס האבן גענומען א אידישע ממשלה פאר ביאת המשיח, און דער רבי האט לוחם געווען קעגן אנטיילנעמען אין זייערע רעגירונג אין ארץ ישראל, קעגן גיין צו די בחירות צו זייער שלטון הכופרים, קעגן אלע זייערע ביטערע גזירות נגד הדת, קעגן זיך פרייען מיט זייערע נצחונות און קעגן נעמען געלט פון זייער קאסע. דעם הייליגן קאמף ומלחמת ה', וואס ער האט גע'חזר'ט אין זיינע הונדערטער תורה'ס, זענען שפעטער געדרוקט געווארן אין די ספרים הק' דברי יואל, '''[[ויואל משה]]''', '''[[על הגאולה ועל התמורה]]''' און טיב לבב. און נאך.
זיין הויפט לעבן איז געווען געווידמעט, און וועט געדענקט ווערן, זיין פייערדיגע קאמף קעגן די [[ציונים]], און איז מיט דעם שטארק באוואוסט, צווישען זיינע ספרים זענען '''[[ויואל משה]]''', '''[[על הגאולה ועל התמורה]]''' און נאך. אבער די אויסגערעכנטע זענען די איינציגסטע וואס ער אליין האט געשריבן.
 
== וואס צדיקים האבן געהאלטן אויף אים ==
כ"ק אדמו"ר רבי [[יעקב לייזער|יאנקעלע מפשעווארסק]] זצ"ל האט געזאגט בשם זיין שווער רבי [[איציקל]] זצ"ל: "אין אונזער דור איז נישטא נאך איינער וואס זאל זיך אזוי מבזה זיין פאר כבוד שמים ווי דער סאטמארער רב!" (שיח זקנים ח"ג עמ' קכ"ה).
 
== זיינע ספרים ==