אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אושפיזין (פילם)"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 9:
דער פילם איז א היסטארישער דערפאר וואס עס האט גענוצט עכט חרד'ישע אידן צו שפילן אין פיל סצענעס. דער פילם פרואווט צו ערצייגן אויף א הומאניסטישער אופן דאס לעבן פון א רעליגיזע איד און זיינע ראנגלענישן מיט [[גאט]], זיינע דאגות פון פרנסה, און זיין אינספירירנדע אמונה פשוטה.
 
דער דירעקטאר פון דעם פילם, [[גידי דאר]], איז א ישראל'ישער פרייער איד. זיין הויפט [[פילם פראדוצירער|פראדוצירער]] און [[פילם שפילער|שפילער]] איז [[שולי ראנד]], א פרומער [[בעל תשובה]] וואס איז אמאל געווען א [[פרייער]] גרויסער [[אקטיאר]]. די צוויי זענען געווען אלטע פריינט און קאלעגן און האבן צוזאמען אויסגעארבעט דעם געדאנק פונעם פילם. דער דירעקטאר האט ארויסגעוויזן גאר שטארקע סענסיטיווקייט צום לעבנסשטייגער פון חרד'ישע אידן, און האט זיכער געמאכט אז דער פילם זאל נישט האבן קיין שמץ פון די אויסגעלאסנקייט וואס געפינט זיך אין אנדערע פילמען. צ.ב.ש. די צוויי הויפט שפילער, [[שולי ראנד]] מיט זיין ווייב -- וואס זענען מאן און ווייב אויך אין עכטן לעבן -- זעט מען קיינמאל זיך אפילו נישט צורירן.
 
==צייגונג אין אמעריקע==