אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "לאה אסתר האגער"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
געשאַפֿן בלאַט מיט 'רעביצין '''לאה אסתר האגער''' (ה'תרפ"א - ה'תשנ"ג) איז געווען די ערשטע ווייב פון הרה"ק רבי [...'
טאַגן: מאביל־רעדאַקטירונג מאביל וועב־רעדאקטירונג
 
←‏געשיכטע: געפוצט
טאַגן: מאביל־רעדאַקטירונג מאביל וועב־רעדאקטירונג
שורה 2:
 
==געשיכטע==
די רעביצין ע"ה איז געבוירן געווארן אין יאר [[ה'תרפ"א]] אין [[אונגארן]] צו איר פאטער הרה"ק רבי חיים מנחם מענדל פאנעט פון [[דעעש (הויף)|דעעש]] און צו איר מוטער מרת סאשא, א טאכטער פון רבי יעקב שמשון קאנער פון [טשעכויבטשעחויוו]] וואס איז געווען אן איידעם ביי רבי [[משה האלבערשטאם (שינאווא)|משה האלבערשטאם]] פון [[שינאווא (הויף)|שינאווא]], א זון פון הרה"ק דער [[יחזקאל שרגא האלבערשטאם|דברי יחזקאל]] און אן אייניקל פון הרה"ק דער [[חיים האלבערשטאם|דברי חיים]] פון [[צאנז (הויף)|צאנז]]. לאה האט זי געהייסן נאך רעביצין לאה קאנער, די ווייב פון רבי משה קאנער, וואס איז געווען אן איידעם ביי דעם [[חיים האגער (קאסאוו)|תורת חיים]] פון [[קאסאוו]], און דעם נאמען "אסתר" האט זי געהייסןגעטראגן נאך דערדי רעביצין פון רבי משה פון שינאווא, מרת אסתר מינדל.
[[ב' ניסן]] [[ה'תש"ב]] איז געפראוועט געווארן אין שטאט דעעש איהר חתונה מיט דעם הייליגן "ישועות משה" פון [[וויזשניץ (הויף)|וויזשניץ]]. א יאר נאכן חתונה האבן זיי אריבערגעצויגן אין שטאט [[ווילחאוויץ]] וואו רבי משה יהושע האט געדינט אלס א רב.
תש"ד ווען די [[צווייטע וועלט קריג]] האט אויסגעבראכן און דער אונגארישער אידנטום איז ליידער כמעט אינגאצן אויסגעמעקט געווארן פון דער ערד, די עלטערן פון דער רעביצין ביידע צוזאמען אינאיינעם מיט איר איינציגער ברודער הבחור יחזקאל שרגא זענען געשיקט געווארן קיין [[אוישוויץ]] און אומגעקומען על קידוש ה'. בניסי ניסים עס אישאיז געלונגען פאר דער רעביצין צוזאמען מיט איר מאן דער רבי און זייערע טאכטער די סקווערער רעביצין זיך ראטעווען פון טויט און אנקומען קיין [[ארץ ישראל]]. אנפאנג האבן זיי געוואוינט אין [[תל אביב]] נאהנט צום [[וויזשניצער ישיבה]] (נאך איידער האט מען אריבערגעפירט דער ישיבה קיין [[בני ברק]].
וויבאלד די מערהייט פון די בחורים זענען געווען מלחמה איבערלעבערער, די רעביצין האט זיי געשוינט גאר שטארק און מקבל געווען אויף זיך צו זיין אזוי ווי א אייגענע מאמע פאר זיי און מאכן זיכער אז עס פעלט זיי גארנישט. זייער אפט פלעגט זי זיי באגלייטן צו דאקטוירים, און אויב עד האט פאסירט אז א בחור האט געדראפט האבן א ספעציעלער שפייז צוליב זיין געזונט צושטאנד, פלעגט זי שטייען און קאכן פאר איהם, טראצדעם וואס פאר זיך און פאר אירע משפחה האט זי קוים געהאט עסן.
אויכעט פלעגט זי מיט איר מאן דער רבי זייער אפט פירן אונטער דער חופה בחורים יתומים פון דער ישיבה וואס האבן ליידער פארלוירן זייערע עלטערן אין דער מלחמה.
מען דערציילט אז אין יענע יארן דער מצב איז געווען אזוי שווער און די ארעמקייט האט דעגרייכט צו אזא מצב , אז אפילו ליכט-האלטערס האט זי נישט געהאט און אנשטאט דעם פלעגט זי אנצינדן שבת ליכט אויף שטיינער.
איהר הויז איז אייביג געווען אפן פאר אלעמען.
טאג טעגליך פלעגט זי אנרופן און מחזק זיין גייסטיש אלמנות און צעבראכענע מענטשן.
זי איז נפטר געווארן פרייטיג צונאכט [[כ"ט שבט]] [[ה'תשנ"ג]] נאך א קורצע קראנקייט אין דעם עלטער פון צוויי און זיבעציג יאר איבערלאזנדיג נאך זיך איר מאן דער וויזשניצער רבי זצ"ל, און צענדליגער אייניקלאך און אור-אייניקלאך.
 
==קינדער==
רעביצין לאה אסתר און רבי משה יהושע האבן געהאט צוזאמען זעקס קינדער. זיי זענען ווי פאלגנד: