אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "נתן מברסלב"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
איהם --> אים
שורה 4:
 
== יונגע יארן ==
ער איז געבוירן געווארן שנת [[ה'תק"מ]], ער איז געווען א [[איידעם]] ביי רבי דוד צבי נעמיראווער וואס איז געווען רב אין דריי אידישע קהלות אין [[אוקריינע]], [[מאהלוב]], [[שאריגראד]]. מיט דער צייט איז ער צוגעצויגן געווארן צו [[חסידות]], ער איז געפארן צו רבי [[לוי יצחק פון בארדיטשוב]], רבי [[משולם זושא פון האניפאלי|זושא פון האניפאלי]], רבי [[שלום שכנא]], רבי [[גדליה מליניץ]], רבי [[אברהם דוב מחמעלניק]]. ביי די 22 יאָר איז ער געווארן א [[ברסלב]]ער חסיד.
 
ר' נתן איז געווען ביי זיין רבין ר' נחמן אכט יאָר פון [[ה'תקס"ב]] ביז ווען זיין רבי איז נסתלק געווארן [[ה'תקע"א]]. אין די יאָרן האט ער נישט אפגעטרעטן פון אים, בייטאג ביינאכט, [[שבת]], [[יום טוב]], ער איז געזעסן ביי זיין רבי גאנצענע וואכן און חדשים, ביי יעדער געלגענהייט האט ער געהערט פון אים תורות, מאמרים, שיחות, מעשיות, וואס ער האט שפעטער געדרוקט און פארשפרייט אין זיינע ספרים.