אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "ישראל אליעזר אדלער"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
טאַגן: מאביל־רעדאַקטירונג מאביל וועב־רעדאקטירונג
שורה 5:
 
== ביאגראפיע ==
אלס בחור האט ער געלערנט אין דער [[סלאנים (הויף)|סלאנימער]] ישיבה [[בית אברהם (ישיבה)|בית אברהם]], וואו רבי [[שמואל בראזאווסקיבערעזאווסקי]] (היינט זיין שוואגער און סלאנימער רבי) איז געווען א מגיד שיעור.
ער האט געהייראט גיטאמרת ריקל גיטל ערנסטער, א טאכטער פון זיין פעטער רבי [[משה ערנסטער]], אן איידעם פונעם וויזשניצער רבין רבי חיים מאיר.
 
ווען מען האט אויפגעשטעלט דעם וויזשניצער קווארטאל אין [[רחובות]], האט זיין פעטער, דער "[[משה יהושע האגער|ישועות משה]]" פון וויזשניץ אים באשטימט רב דארטן. ער איז געווארן איינער פון די מנהיגים אין וויזשניץ וואס אסאך חסידים טון זוכן עצות ביי אים. ער ציט אן עולם צו זיינע [[באטע]]ס, און א היפשע צאל וויזשניצער חסידים פארן מיט אים ווי אמאל קיין [[מירון]] אויף א שבת התאחדות.
 
אייר תשע"ב, נישט לאנג נאך דער פטירה פונעם ישועות משה, האט דער וויזשניצער רבי, רבי [[ישראל האגער (ב)|ישראל האגער]] מכתיר געווען אים "דזשיקאווער רבי"; א טייל פון זיינע וויזשניצער חסידים האבן אים מקבל געווען ווי זייער רבי.{{הערה|רוב דזשיקאווער חסידים מיט זייער רבי און זיין משפחה זענען אומגעקומען אין דעם [[חורבן אייראפע]]. נאכער האט מען מכתיר געווען עטלעכע איבערגעבליבענע אייניקלעך, אבער זיי האבן נישט מצליח געווען צוריקבויען דאס חסידות. דער דזשיקאווער הויף איז געווען שטארק פארבונדן מיטן וויזשניצער הויף: דער [[ישראל האגער (א)|אהבת ישראל]] פון וויזשניץ איז געווען אן איידעם ביים "אמרי נועם" פון דזשיקאוו; דער לעצטער דזשיקאווער רבי ביי דער מלחמה, רבי אלטער, איז געווען אן איידעם ביים "אהבת ישראל"; רבי [[יהודה הורוויץ|יודעלע הורוויץ]] פון דזשיקאוו איז געווען אן איידעם ביים "[[חיים מאיר האגער|אמרי חיים]]" פון וויזשניץ. דער אמרי חיים פון וויזשניץ פלעג זינגען דזשיקאווער ניגונים.}}
 
== משפחה ==