אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "בעלזא"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
טאַגן: מאביל־רעדאַקטירונג מאביל וועב־רעדאקטירונג
שורה 30:
ניין יאר נאך זיין פטירה האט מען אויפגענומען זיין פלומעניק הרב [[ישכר דוב רוקח (ב)|ישכר דוב רוקח]], די הכתרה איז פארגעקומען נאך דעם וואס ער האט חתונה געהאט מיט דער טאכטער פון דעם [[וויזשניץ (הויף)|וויזשניצער]] רבי'ן [[משה יהושע האגער]] אין תשכ"ו.
 
אונטער זיין הנהגה האט דאס חסידות געבליעט. די הויפטקווארטיר געפינט זיך אין [[קרית בעלזבעלזא]], [[ירושלים]], וואו מ'האט געבויט דעם [[בעלזער בית מדרש]] אין א ריזיגער געביידע, אויפן סטיל פונעם בית מדרש אין דער שטאט [[בעלז]]. לעבן דעם בית מדרש געפינט זיך דעם רבי'נס הויז, און אין דער ארומיקן געגנט וואוינען בערך טויזנט בעלזער חסידים.
 
דער רבי לייגט אריין א ספעציעלע ארבעט אין חינוך, וואו ער מאכט חידושים אין נייע איינפירונגען, ווי צום ביישפיל דעם באניץ פון [[פסיכאלאג]]ן און סאציאלע באדינונגען אין זיינע מוסדות, און אויך אין קירוב רחוקים. ער האט אויפגעשטעלט די ארגאניזאציעס "תורה ואמונה" "צהר" אין "הידברות", וועלכע זענען באקאנט און דעם עולם התשובה אין ארץ ישראל. אויך האט דער רבי סטימולירט ר' [[מיילעך פירער]] אויפצושטעלן די [[עזרה למרפא]] ארגאניזאציע.