אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "טעכנאלאגיע"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 40:
 
מיט א פייער פון האלץ אדער האלצקוילן האט מען געקענט קאכן און בראטן עסנווארג צו מאכן אים מער עסבאר.
 
==ענערגיע און טראנספארט==
דאס ערשטע באניץ פון ווינט קראפט איז די [[זעגלשיף]]; ס׳איז פאראן א באריכט פון א [[נילוס]] שיפל מיט א זעגל שוין טויזנטער יאר צוריק. פון פרעהיסטארישע צייטן ווייזט אויס אז די עגיפטער האבן ווארשיינלעך געניצט די קראפט פון דער נילוס-פארפלייצונג צו באוואסערן זייערע פעלדער, און ביסלעכווייז האבן זיי זיך אויסגעלערנט צו רעגולירן דעם וואסערשטראם דורך געבויטע באוואסערונג קאנאלן און באסיינען. אזוי אויך האבן די אמאליגע באוואוינער פון [[מעסאפאטאמיע]] (היינטיקער [[איראק]]), די סומערען, געלערנט צו ניצן די [[חידקל]] און [[פרת]] טייכן פארן זעלבן צוועק.
 
אבער די באניץ פון ווינט און וואסער קראפט איז געווען שטארק באגרענציצט אן אַן אנדער ערפינדונג. די ערפינדונג פון דער [[ראד]] האט פאסירט סיי אין מעסאפאטאמיע סיי אין די צפון [[קאווקאז בערג]] און סיי אין צענטראל אייראפע. מען האט געניצט רעדער פאר צוויי פארשידענע צוועקן. ערשטנס האט געמאכט וואגנס מיט רעדער כדי צו פירן א לאסט גאנץ גרינג א ווייטן וועג. אויך האט מען געניצט א [[טעפער-ראד|ראד]] אין [[טעפעריי]].
 
די ערפינדונג פונעם ראד האט געשאפט א רעוואלוציע אין האנדל און אין פירן קריגן. מיט גיכע טעפער-רעדער איז געווארן מעגלעך צו פראדוצירן א סך טעפעריי. אבער די גרעסטע רעוואלוציע איז געווען ניצן א ראד צו פארוואנדלען ענערגיע דורך [[וואסערמיל]]ן, [[ווינטמיל]]ן און אנדערע וועגן צו פארגרעסערן קראפט קוואלן.
 
==אינפארמאציע טעכנאלאגיע==