אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "סלאנים (הויף)"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
טאַגן: מאביל־רעדאַקטירונג מאביל וועב־רעדאקטירונג
טאַגן: מאביל־רעדאַקטירונג מאביל וועב־רעדאקטירונג
שורה 6:
אין [[ה'תרי"ח]] ([[1858]]), נאך דער פטירה פון רבי [[משה פון קאברין]] ([[כ"ט אייר]] ה'תרי"ח), האט א גרויסער טייל פון זיינע חסידים מקבל געווען אויף זיך די הנהגה פון זיין תלמיד רבי [[אברהם וויינבערג (דער ערשטער)]] ([[1804]]-[[1883]]) וואס האט געוואוינט אין סלאנים, אזוי האט אנגעהויבן דער סלאנימער הויף. דער ערשטער סלאנימער רבי איז באוואוסט נאכן נאמען פון זיין ספר ''יסוד העבודה'' וואס באהאנדלט די יסודות פון חסידות. ער איז נפטר געווארן [[י"א חשוון]] [[ה'תרמ"ד]] ([[1883]]).
 
נאך זיין פטירה האט זיין אייניקל (א זון פון זיין בן יחיד, רבי יחיאל מיכל אהרן) רבי [[שמואל וויינבערג]], דער ''דברי שמואל'', באקאנט אלס "דער פאטער", איבערגענומען די רביסטעווע. ער האט אוועקגעשטעלט די יסודות אויף וואס מ'האט שפעטער אויפגעשטעלט [[אגודת ישראל]]. ער האט געדינט אלס רבי 32צוויי און דרייסיג יאר ביז זיין פטירה [[י"ט שבט]] [[ה'תרע"ו]] ([[1916]]) אין [[ווארשע]].
 
[[טעקע:רבי ישכר לייב וינברג מסלונים.jpg|שמאל|ממוזער|120px|רבי ישכר לייב וויינברג פון סלאנים]]
שורה 13:
ווען דער צוויטער רבי אברהם וויינבערג איז נפטר געווארן, האט ער איבערגעלאזט נאך זיך איין זון, רבי [[שלמה דוד יהושע וויינבערג|שלמה דוד יהושע]], וואס איז נאך געווען א [[בחור]]. מיט דעם האבן די חסידים אים אנגענומען אלס זייער רבי, און ער האט געפירט די הויף ביז ווען ער איז געהרגעט געווארן ביי די [[לאגער|פארניכטונגס לאגער]] דורך די [[נאציזם|נאציס]] ימח שמם וזכרם אום [[ו' חשוון|ו' מרחשון]] [[ה'תש"ד]].
 
נאך דער [[צווייטער וועלט מלחמה]], ווען די מערהייט פון סלאנימער חסידים וואס האבן געוואוינט אין אויסלאנד זענען געהרגעט געווארן, האבן די חסידים פון ארץ ישראל אנגענומען פאר א רבי'ן [[מרדכי חיים סלאנים|מרדכי חיים קאסטילניץ]], וואס איז באוואוסט אלס "ר' מאטל" אדער "ר' מאטל דיין"). רבי מרדכי חיים האט נישט געוואלט זיין א רבי, אבער פאקטיש האט ער אויפגעשטעלט דערדעם הויף פונדאסניי אין ארץ ישראל און האט איהם געפירט.
 
רבי מאטל איז נפטר געווארן [[י"ד טבת]] [[ה'תשי"ד]], און רבי [[אברהם וויינברג (דער דריטער)]], מחבר פון "ברכת אברהם", האט אנגעהויבן צו פירן דעם הויף. זיבן און צוואנציג יאר האט ער געפירט, און אין די יארן ווען ער פלעגט דינען אלס רבי האט ער איבערגעבויעטצוריק אויפגעשטעלט דעם הויף. ער איז געווען א מיטגליד פון דער [[מועצת גדולי התורה]] פון [[אגודת ישראל]], און פלעגט אנהאלטן גוטע באציאונגען מיט אלע גדולי הדור פון יענער צייט.
 
אין דער צייט וואס דער ברכת אברהם האט געפירט, איז אויסגעבראכן א מחלוקת צוווישן די חסידים, ביז טייל פון די חסידים האבן באקרוינט רבי זיין איידעם רבי [[שלום נח בערעזאווסקי]], דער "נתיבות שלום". א חודש שפעטער איז דער שווער נפטר געווארן, אין [[י"ב סיון]] [[ה'תשמ"א|תשמ"א]], און דער הויף האט זיך צוטיילט לויט די גוטסהייסונג פונעם ברכת אברהם. א טייל זענען געבליבן געטריי פאר דעם "נתיבות שלום" און נאך זיין פטירה האבן זיי מקבל געווען אויף זיך דעם פירערשאפט פון זיין זון רבי [[שמואל בערעזאווסקי]]. זיי זענען באוואוסט אלס די [[ווייס סלאנים|ווייסע סלאנימער]] , און א טייל האבן אנגענומען פאר א רבי'ן רבי [[אברהם וויינברג (דער פערטער)]], און זיי זענען באוואוסט אלס די [[שווארץ סלאנים|שווארצע סלאנימער]].