אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אייראפעאישער פאראיין"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מ Removing Link GA template (handled by wikidata)
שורה 5:
 
== געשיכטע ==
 
נאך דער [[צווייטער וועלט מלחמה]], איז באשלאסן געווארן דער געדאַנק אַז אַן [[אייראפעישע צאמשטעלונג]] איז דער איינציגער וועג צו האַנדלען מיט די פארביי-גייענדע [[נאציאנאליזם]] פון וואס דער קאָנטינענט האט זיך געפלאגט. זשאַן מאָנע, ראבערט שומאַן און [[קאָנראַד אַדענאַוער]] האבן דאס איבערגעגעבן אין אַ רעדע אין יאר 1950, דער באַוואוסטער [[שומאַן פּלאַן]]. א יאָר שפּעטער איז די [[אייראפעישע קוילן און שטאָל געמיינדע]] געגרינדעט געווארן מיט דעם [[אפמאך פון פאריז (1951)|אפמאך פון פּאַריז]] דורך [[בעלגיע]], [[פראנקרייך|פֿראַנקרייך]], [[איטאליע]], [[לוקסעמבורג]], [[האלאנד]] און [[מערב דייטשלאנד|מערב דייטשלאַנד]].
 
אין די [[1950ער]] יארן איז אנגענומען געווארן אין אייראפע אז מען דארף פארשטערקערן די אינטעגראציע אויפן קאנטינענט. די קוילן און שטאל געמיינדע איז געווארן אַזוי געראָטן אַז אין יאר 1957 איז באַשלאָסן געווארן צו ציען ווייַטערעווייטערע צאמבינדונגען. דער [[אפמאך פון רוים]], געחתמעט דורך די זעלבע זעקס לענדער האט געגרינדעט די [[אייראפעישע עקאָנאָמישע געמיינדע]] און די [[אייראפעישע אטאמישע ענערגיע געמיינדע|אייראַטאָם]]. נאך דעם [[בריסל ראיאן|בריסל]] אפמאך אין יאר 1965, האבן די דרייַ אָרגאַניזאַציעס זיך צאמגעשטעלט אין 1967, ווען זיי האבן אנגעהויבן צו אַרבעטן אונטער דעם נאָמען [[אייראפעישע געמיינדע]]. דאס האט געפירט צום פאָרלייגן פון א קאמיסיע, ראט און פּאַרלאַמענט. [[בריטאניע]], וואס האט מורא געהאט פון פארלירן איר סואוורעניטעט, האט זיך נישט איינגעשלאסן און האט אויפגעשטעלט, אום [[3טן מיי]] [[1960]], א קאנקורענץ ארגאניזאציע - די [[אייראפעאישע פרייהאנדל אסאסיאציע]] (EFTA), וואס האט איינגעשלאסן דאס פאראייניגטן קעניגרייך און נאך עטלעכע לענדער.{{הערה|וועבזייטל פון EFTA, [http://www.efta.int/about-efta/history "EFTA through the years"]}}
 
אין יאר 1973, האבן [[דענמאַרק]], [[אירלאַנד]] און דאס [[פאראייניגטע קעניגרייך]] זיך אייַנגעשלאָסן צו דער אייראפעישער געמיינדע. [[גריכנלאנד]] האט זיך אייַנגעשלאָסן אין יאר 1981, [[שפאניע]] און [[פּאָרטוגאַל]] אין יאר 1986. דער [[אפמאך פון מאַסטריכט]] האט באצייכענט די שאַפונג פון דעם '''אייראפעישן פֿאַרבאנד'''. דאס האט געלייגט דעם יסוד פֿאַר ווייַטער פארמען פון צוזאמענארבעט אין די געביט פון אויסערלענדישע ענינים און זיכערהייַט פּאָליטיק, לעגאַל און אינערלעכער ענינים, און אויך די פאָרמירונג פון דעם [[עקאנאמישע און געלט פאראיין]] און די [[פלענער פון שענגען]] צו שאפן אַ [[פרייען פארקער פאר מענטשן]]. אין יאר 1995 האבן [[עסטרייך]], [[פינלאנד|פינלאַנד]] און [[שוועדן]] זיך אייַנגעשלאָסן צום אייראפעישן פארבאנד.