אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "סאשע טייטלבוים"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
טאַגן: מאביל־רעדאַקטירונג מאביל וועב־רעדאקטירונג
טאַגן: מאביל־רעדאַקטירונג מאביל וועב־רעדאקטירונג
שורה 2:
 
==לעבנס געשיכטע==
רעבעצין סאשא, איז געבוירן געווארן אין [[בני ברק]] צו איר פאטער, דער פריערדיגער [[וויזשניץ (הויף)|וויזשניצער]] רבי, רבי [[משה יהושע האגער]] זצ"ל און צו איר מוטער מרת לאה אסתר ע"ה, די טאכטער פון רבי [[חיים מנחם מענדל פאנעט]] פון [[דעעש]] און מרת סאשא (נאך וועםוועמען זי הייסט) הי"ד.
 
אלס מיידל האט זי געלערנט אין דער ווויזשניצער [[בית יעקב]] שולע אין בני ברק. אין יאר [[ה'תשכ"ו]]. האט זי חתונה געהאט מיט איר מאן דער צוקונפטיגער סאטמארער רבי, רבי [[אהרן טייטלבוים]], און אומגעפער א יאר נאכן חתונה האבן זיי אוועקגעצויגן אין אמעריקע. זי איז באקאנט אלס א [[גרויס]]ע [[עסקנות|עסקנטע]] צו העלפן אידישע משפחות אפט מאל ביז [[מסירת נפש]].
 
זי איז באוואוסט מיט איהר וויסנשאפט אין רפואה און גוטע פארבינדונגן מיט די בעסטע דאקטוירים, און העלפט א סאך קראנקע מענטשן. יעדער וואך פארט זי ארום צו פארשידענע שפיטעלער, כדי צו באזוכן און מחזק זיין קראנקע מענטשן און צעבראכענע נשמות. דערצו האט זי אויך געגרינדעט איהר צדקה ארגאניזאציע מיט דעם נאמען "אהבת חסד".