אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "חיים הערש טייטלבוים (ירושלים)"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
←‏לעבנס געשיכטע: צוגעלייגט אינפארמאציע און פארראכטן און אראפגענומען ווערטער און זאצן וואס זענען נישט ענציקלאפעדיש
טאַגן: מאביל־רעדאַקטירונג מאביל וועב־רעדאקטירונג
טאַגן: מאביל־רעדאַקטירונג מאביל וועב־רעדאקטירונג
שורה 9:
אין יאר [[התשנ"ט]] איז זיין טאטע רבי זלמן לייב צוריקגעפארן קיין אמעריקע צו דינען אלס אב"ד סאטמאר וויליאמסבורג, און אנשטאט איהם האט רבי חיים צבי האט מקבל געווען אויף זיך צו פירן די ארטיגע ירושלימער סאטמארער קהילה וואס שטיצט און רעספעקטירט איהם גאר שטארק.
 
== זיין סטאטוס אין סאטמאר און זיינע שטעלונגען==
ער האט א איידעלע באנעמונג, ער דערמאנט זייער אסאך דעם סאטמאר רבי'ן רבי יואל ז״ל זיין עלטער פעטער אין זיינע דרשות און תורות, און בכלל יעדער זאך וואס האט צו טון מיטן אלטן סאטמארער רבי'ן איז ביי אים א תורה שלימה. ער ווערט פארעכענט אלס גרויסער קנאי אין ירושלים, און אלס וואס האט צו טון מיט קנאות ווי גיין מוחה זיין קעגן די ציונים אדער זייערע גראבונגען, שיקט ער ארויס זיינע יונגעלייט מוחה זיין, ער ווערט פארעכנט אלס עקסטרעמיסט וואס ערשיינט צו פארשידע אירועים פון נטורי קרתא און אנדערע קיצונישע ענינים
 
דעריבער האבן זיך ארום גענומען ארום אים אסאך קיצוני'שע אנהענגער פון רבינו יואל ש״ח . אסאך גלייכן אים מער ווי מען האט געגלייכט זיין זיידען דער [[ברך משה]] און אפילו מער ווי מען גלייכט זייט טאטע רבי [[זלמן לייב טייטלבוים]].
 
אזוי ווי רבי חיים הערש איז נאך קיינמאל נישט געווען פארמישט אין די חילוקי דעות צווישן די צוויי ברידער, ווערט ער באטראכט ביי די [[זאלונים]] אלס דער "[[קרוין צירונג]]" פון סאטמאר, און א געוויסן זין דער ציל צו ווערן דער סאטמארער רבי (זאלונים). ווען ער פארט ארויס קיין ניו יארק און ער האלט א דרשה פאר די חסידים פון זיין טאטע האט ער פילע צוהערער.
 
אויך ווערט ר' חיים הערש באטראכט אלס דער דירעקטער קאנקורענץ פאר ר' אהרן'ס עלסטער זון, ר' [[מענדל טייטלבוים]], וואס ווערט באטראכט אלס דער צוקנופטיגער [[סאטמאר (הויף)|סאטמארער]] רבי ביי די אהרונים, דעריבער זענען ביידע די [[ציל ברעט]] פון [[שפעטן|שפעטרייען]] און דערנידערונגען.
 
פון די אנדערע זייט, האט ער אויסצושטיין א שווערע פעלד, צוליב וואס זיין אינגערע ברודער ר' יעקב בער האט זיך אויך שוין אפן דערקלערט אלס פאן טרעגער פון סאטמאר זייענדיג שטארק פארמישט אין אין זייער פיל קהל'ישע ענינים אין די קהלה אין ניו יארק וואס דארט געפינען זיך רוב נכסים פון זיין טאטע ר' זלמן לייב, אויך איז ער א ברייטערע מענטש ווי ר' חיים הערש מיט א פארשטאנד צו די היינטיגע אינגווארג און פארשטייט גוט דיפלאמאטיע און פאליטיק, לעצטנס האט ער חתונה געמאכט זיין עלסטע קינד האט זיכער געמאכט צו האבן גרויסע איבערקערעניש מער ווי סיי ווען בעפאר אין זייער קהלה, דערנאך האט ער געלאזט ארויסגעבן א בילדער העפט ווען אויפן דעקל איז געווען א הערליך בילד ווי ער טאנצט מיט ר' זלמן לייב (אן די ברילן) און ביידע האבן פארגלייזטע אויגן, וואס האט טאקע אויפגעברענגט געלעכטער ביי אלע וואס קענען זיין ערענסקייט סטאטוס, אבער ער פארשטייט אז פאר היסטאריע איז עס נאך אלץ וויכטיג.
 
ווי אויך שאצט מען אז זיין באטראכטע קאנקורענץ ר' מענדל זוהן פון ר' אהרן טייטלבוים וועט אויסשטיין א גרעסערע און שענערע חסידות, צוליב וואס די ארונים זענען מער א קרייז פון חסידות צום רבי'ן משא"כ ביי די זאליס באלאנגט רוב ציבור צום פארטיי, אבער האבן נישט קיין אנהענגערשאפט פריוואט צו ר' זלמן לייב.
 
די לעצטע טענות וואס די [[ארונים]] האבן אויף אים, איז איבער דער קלאגע אין ישראלישן געריכט איבער דעם בעלות אויף דעם סאטמאר שיכון אין [[בני ברק]] דורך זיינע נאנטע אין ער שטיצט עס עפנטליך.
 
{{גרונטסארטיר:טייטלבוים, חיים הערש}}