אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "שמעון סופר (ערלוי)"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מ פוילישער האט באוועגט בלאט שמעון סופר אבד"ק ערלוי צו שמעון סופר (ערלוי)
אין תקציר עריכה
שורה 1:
{{אנדערע באדייטן|דאס=דעם ערלויער רב|אנדער=דעם רב אין קראקע|זעט=שמעון סופר}}
[[טעקע:HISORERUS_TSHUVA.jpg|קליין|250px|רבי שמעון סופר]]
הרב '''שמעון סופר''' ([[כ"ח אייר]] [[ה'תר"י]]; 1850 - [[כ"א סיון]] [[ה'תש"ד]]; 1944) איז געווען אב"ד און [[ראש ישיבה]] אין [[ערלוי]], [[אונגארן]].
שורה 6 ⟵ 7:
== ביאגראפיע ==
שמעון סופר איז געבוירן געווארן אין תר"י צו זיין פאטער הרב [[אברהם שמואל בנימין סופר]], דער "כתב סופר" פון [[פרעשבורג]]. ער האט געלערנט אין דער פרעשבורגער ישיבה.
 
ווען ער איז געווען אלט 12 יאר האט ער געטראפן דעם [[חיים האלבערשטאם|צאנזער רב]] וואס איז דעמאלסט געווען אין א קורארט נישט ווייט פון פרעשבורג, און געבליבן דארט אויף שבת. ווען ער האט פארשפעטיגט [[שלש סעודות]] האט אים דער צאנזער רב געזאגט: ״מיר האבן געווארט אויף אייך, אבער ס׳איז געווארן שפעט האבן אונז זיך געמוזט וואשן״.
 
אין תר"ל האט ער געהייראט אסתר פריד פון [[קליינווארדיין]]. ער האט געלערנט אין קליינווארדיין אבער נאך צוויי יאר איז זיין ווייב נפטר געווארן, איבערלאזנדיק איין טאכטער. נאכדעם האט ער געהייראט זיין שוועסטערקינד, א טאכטער פון הרב חיים שמואל בירנבוים, מחבר פון "רחש לבב", אן איידעם פון רבי [[עקיבא אייגער]].
שורה 11 ⟵ 14:
בזיווג שלישי האט ער געהייראט די טאכטער פון זיין פעטער רבי [[בנימין שלמה זלמן שפיצער]] פון [[ווין]], אן איידעם פונעם [[משה סופר|חתם סופר]].
איינער פון זייערע קינדער איז געווען הרב [[משה סופר (ערלוי)|משה סופר]], ערלויער דיין און פאטער פון הרב [[יוחנן סופר]], גרינדער פונעם ערלויער חסידות אין ירושלים.
 
ער איז געווען רב אין ערלוי העכער פון זעכציג יאר.
ער האט פארפאסט דאס שאלות ותשובות ספר ״התעוררות תשובה״.
 
{{-}}
{{גרונטסארטיר:סופר, שמעון}}