אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "יואל טייטלבוים"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
מאין תקציר עריכה
שורה 1:
{{רב|נאמען=יואל טייטלבוים|זיין געבורט=י"ז טבת תרמ"ז|פטירה=כ"ו אב תשל"ט}}[[טעקע:JTeitelbaum.jpg|קליין|300px327x327px|ר' יואל טייטלבוים, ה'תשי"ח]]
'''רבי יואל טייטלבוים''' (גערופן: ''ר' יואליש,'' [[י"ז טבת]] [[ה'תרמ"ז]] 1887- [[כ"ו אב]] [[ה'תשל"ט]] 1979) איז געווען דער גרינדער און פירער פון דעם [[סאטמאר (הויף)|סאטמארער]] חסידות. דער מחבר פון די ספרים "ויואל משה" און "דברי יואל". ברייט באקאנט מיט זיין שטייפע אפאזיציע צו [[ציוניזם]] און צו דער [[אגודת ישראל]]. האט ערפילט א צענטראלע שטעלע ביים צוריקשטעלן דעם חרדי'שן אידנטום צו איר פולער פראכט, נאכ'ן דורכגיין דעם ביטערן [[חורבן אייראפע]].
 
== ביאגראפיע ==
ער איז געבוירן געווארן אין [[סיגעט]], וואס איז דאן געווען באהערשט דורך די [[אונגארןעסטרייך אונגארישע אימפעריע]] (היינט [[רומעניע]]) י"ז טבת תרמ"ז צו זיין גרויסן פאטער רבי [[חנניה יו"ט ליפא טייטלבוים]] זצ"ל בעל ״קדושת יום טוב״ און צו זיין מוטער מרת חנה, די טאכטער פון רבי [[יואל אשכנזי]] פון [[זלאטשוב]].
 
=== אפשטאם ===
'''רבי יואל'ס'''דער יחוס ציטפון די טייטלבוים משפחה ציעט זיך ביז דעם גרויסן רבי פון חסידים, ר' [[משה טייטלבוים (ישמח משה)|משה טייטלבוים]] זצ"ל פון [[איהעל]] באקאנט אלס דער "'''ישמח משה'''''"''. דער ישמח משה האט געשטאמט פון [[פשעמישל]], [[גאליציע]], און איז ערשט געווען א [[מתנגד]], שפעטער איז ער געווארן א [[חסידות|חסיד]] און א תלמיד פון דעם [[יעקב יצחק פון לובלין|חוזה פון לובלין]] אונטער דער השפעה פון זיין איידעם, '''ר' [[אריה לייביש ליפשיץ]]''', דער '''אריה דבי עילאי'''. דער ישמח משה איז געווען באקאנט מיט געבן [[קמיעות|קמיע]]'ס וואס מ'האט דערמיט געזעהן גאר וואונדערליכע זאכן, אפי' די ארומיגע גוים האבן געוואוסט דערפון.
 
ווען דער ישמח משה איז נסתלק געווארן אום [[כ"ח תמוז]] [[ה'תר"א]] האבן זיינע קינדער נישט מצליח געווען אנצוהאלטן דאס רבנות אין [[איהעל]] צוליב דער ארטיגער שטארק מתנגדישער קהילה. זיין איינציגער זון ר' [[אלעזר ניסן טייטלבוים]] זצ"ל איז געווען א שטארק צוריקגעצויגענער און שארפער מענטש, נאכן זיין רב פאר א קורצער וויילע אין [[סיגעט]] האט ער צוליב שטרייטן מיט די [[קאסאוו (הויף)|קאסאווער]] חסידים זיך אריבערגעצויגן קיין [[דראהאביטש]], די היים שטאט פון זיין פרוי מרת רוזא בלימא, די טאכטער פון ר' אהרן פון חאדאראוו (לעבן דראהאביטש), אין מזרח [[גאליציע]], און פאקטיש ממלא מקום געווען זיין שווער, וואו ער איז געווען דארט רב ביז זיין פטירה שבת תשובה תרט"ו.
שורה 17 ⟵ 18:
דער קדושת יו"ט איז נסתלק געווארן [[כ"ט שבט]] [[ה'תרס"ד]]. ער האט איבערגעלאזט צוויי זין, דער בכור ר' [[חיים צבי טייטלבוים (עצי חיים)|חיים צבי טייטלבוים]] באקאנט אלס דער עצי חיים, ער האט ממלא מקום געווען דעם טאטען אלס רב אין [[סיגעט]], ער איז געווען דער פאטער פון דעם צווייטער סאטמארער רבי דער [[ברך משה]]. דער יונגערער זון איז געווען ר' יואל.
 
=== זיינע יונגע יארן ===
==ביאגראפיע==
[[טעקע:Satmar romania.JPG|קליין|200px|ר' יואל און דער שטאט סאטמאר, רומעניע, אלס רב]]
ר' יואל איז אויפגעוואקסן ביי זיין פאטער אין [[סיגעט]] וואו ער האט געוואוינט ביז צו זיין חתונה. ער האט חתונה געהאט אין יאר תרס"ד, ממש פאר זיין פאטערס הסתלקות, מיט דער טאכטער פון רבי [[אברהם חיים הורוויץ (פלאנטש)|אברהם חיים הורוויץ]] ז"ל, דער פלאַנטשער רב, א [[ראפשיץ (הויף)|ראפשיצער]] און דזשיקאווער אייניקל. אויך זענען זיי געווען קוזינען ווייל ר' אברהם חיים'ס פאטער ר' [[משה הורוויץ|משה'לע ראזוואדאווער]] איז געווען איין איידעם ביים [[יקותיאל יהודה טייטלבוים|ייטב לב]].
שורה 25 ⟵ 26:
ר' יואל האט געהאט פון זיין ערשטן זיווג דריי טעכטער, אלע דריי זענען ל"ע נאטורליך געשטארבן יונגערהייט קינדערלאז, נאך בײ זיין לעבן. נאך זייענדיג אין ארשעווע איז זיין יונגסטע טאכטער אסתר געשטארבן אומפארהייראט, און זי איז געווארן באערדיגט אין [[סאטמאר (שטאט)|סאטמאר]]. די צווייטע טאכטער האט געהייראט ר' [[יקותיאל יהודה טייטלבוים (ב)|זלמן לייב טייטלבוים]] (דעם זון פון זיין ברודער דער „עצי חיים") דער לעצטער רב פון סיגעט פארן קריג. זי איז געשטארבן א יאר נאך איר חתונה ווען ר' יואל איז געווען קראלער רב, זי ליגט אין סיגעט. די עלסטע טאכטער חי' רויזא, האט געהייראט זיין שוועסטער זון, ר' ליפא מאיער (שפעטער טייטלבוים) רב פון [[סעמיהאלי]], א זון פון ר' חנוך העניך דוב מאיער רב אין קערעצקי אן איידעם פונעם קדושת יו"ט, זי איז ל"ע געשטארבן אין יאר תשי"ד בעת זי האט געשוואנגערט{{מקור}}, זי ליגט אין [[טבריה]].
 
אין יאר תרצ"ו איז ר' יואל געווארן אן אלמן, ווען זיין פרוי חוה איז געשטארבן פון א [[הארץ]] קראנקייט, זי ליגט אין סאטמאר. א יאר שפעטער האט ער געהייראט מרת אלטע פייגא שפירא ע"ה, א יונג ארעם מיידל א יתומה, פון [[טשענסטכאוו]], [[פוילן]]. איר פאטער רבי אביגדור שפירא ז"ל, וואס האט שוין נישט געלעבט, איז געווען א חסידישער רב אין טשענסטכאוו, אן אייניקל פונעם שרף פון [[מאגלניצא]] (וואס איז געווען אן איידעם פון דעם [[קאזשניצער מגיד|מגיד פון קאזשניץ]]) און פון [[מאור ושמש]]. רבי יואל איז אריבערגעפארן קיין [[טשעבין]] לעבן [[קראקע]], ווי די חתונה איז פארגעקומען, דער מסדר קידושין איז געווען הגאון דער [[דוב בעריש וויידנפעלד|טשעבינער רב]]. די רביצין אלטע פייגא האט קיינמאל געהאט קינדער, זי איז געשטארבןנפטר געווארן אין יאר תשס"א, און זי ליגט לעבן איר מאן אויפ'ן בית החיים אין [[קרית יואל]].
 
=== זיין רבנות===
[[טעקע:SatmarRebbe36.jpg|קליין|200px|ר' יואל באגריסט זיך מיטן ראמענישן קייסער [[קאראל דער דריטער]], 1936.]]
בעת ער האט געוואוינט און סאטמאר אלס אינגערמאן, נאך דער פטירה פון דעם סאטמארער רב רבי '''[[יהודה גרינוואלד]]''', בעל "שבט מיהודה", איז געווען די רעדע אים אויפצונעמען פאר מרא דאתרא, אבער עס איז נישט געקומען לידי מעשה.{{מקור}} נאך אפאר יאר זיצן אין סאטמאר האט ער אנגענומען זיין ערשטע רבנות פאסטן אין דער שטאט [[ארשעווע]], א קליין שטעטל אין [[קארפאטארוס]], לעבן [[מונקאטש]], וואו ער האט אויך געפירט א ישיבה.
שורה 39 ⟵ 40:
סאטמאר איז א גרויסער באוואוינטער צענטער שטאט ווי עס האבן געוואוינט טויזענטער פרומע אידן פון פארשידענע שיכטן און קרייזן. דארט אין סאטמאר האט ר' יואל געפירט א גרויסע ישיבה. ר' יואל איז געווען דארט רב ביז'ן [[חורבן אייראפע]], ווען מ'האט אום חודש ניסן [[ה'תש"ד]]<nowiki/>קאנצעטרירט די סאטמארער אידן אין געטא, און זיי שפעטער ליקווידירט קיין [[אוישוויץ]] הי"ד.
 
===ביים צווייטן וועלט קריג===
==רעטונג פון די נאציס==
בשעת דער צווייטער וועלט־מלחמה האט ער קודם פרובירט זיך צו אריבערשווערצן דעם [[רומעניע|רומענישן]] [[גרעניץ]], וואס איז נישט געווען אונטער די דייטשע אקופאציע, ער מיט נאך א קליינע צאל אידן זענען אין גרויס געהיים געפארן פארשטעלט אין א [[רויטער קרייץ]] [[טראק]] פון סאטמאר קיין [[קלויזענבורג (שטאט)|קלויזענבורג]], א וועג פון בערך 3-4 שעה, אנקומענדיג אהין און מיטן נאכט ביים גרעניץ האט זיך ארויסגעשטעלט אז דער איד וואס האט געדארפט אנצייגן די וועג אריבער דעם גרעניץ און פארהאנדלן מיט אן ארטיגן גוי וואס האט געוואוינט ביים גרעניץ, אט דער איד איז ארונטערגעבליבן און איז נישט מיטגעקומען, צוליב פרעמדע אידן וואס האבן זיך אריינגעשטיפט און מיטן די טימעלניש איז דער איד נישט מיטגעקומען, דער פירער פונעם טראק האט מיט רעגעניש זיי אלע אראפגעווארפן פונעם טראק שיצלאז און מיטן פרייען גאס, ווי יעדער איז זיך צולאפן. די אלע אידן צוזאמען מיט ר' יואל האבן די [[געסטאפא]] געכאפט און ארעסטירט און דערנאך זיי אריינגעשיקט און די קלויזנבורגער [[געטא]].
 
שורה 50 ⟵ 51:
סאטמארער [[חסידים]] גלייבן אז די סיבה פארוואס קאסטנער האט אים מיטגענומען איז צוליב א [[חלום]] וואס קאסטנער'ס [[שווער]] האט געהאט וואס זיין [[מאמע]] קומט אים אין [[חלום]] אז אויב דער רבי וועט נישט זיין אויפן באן, וועט קיינער נישט איבערלעבן.
 
=== אין אמעריקע===
== שפעטערע יארן==
 
ער האט געוואוינט פאר א שטיק צייט נאך דער [[צווייטע וועלט מלחמה|מלחמה]] אין [[ירושלים]] (פון אינמיטן יאר תש"ו ביז אינמיטן תש"ז) אוואו ער האט אויפגעשטעלט די סאטמארע מוסדות "יטב לב" וואס דאס האט אים אריינגעפירט אין שווערע חובות וואס ער האט נישט געהאט פון ווי צו באצאלן, דערפאר איז ער געווארן געצוואונגען אונטערצונעמען א רייזע קיין [[ניו יארק]], [[אמעריקע]], וואס איז פון אנפאנג געווען געפלאנט נאר אויף א קורצע צייט, בלויז צו דעקן די חובות, אבער אין די ענדע איז ער איבערגעצייגט געווארן דורך עטליכע חסידים זיך צו באזעצן דארט, דערפאר האט ער זיך דארט באזעצט אין איז געבליבן וואוינען אין ניו יארק. קודם האט ער זיך באזעצט אין דער [[איסט סייד]] געגנט און דערנאך אין [[וויליאמסבורג]], וואו ער האט געגרינדעט די ברייט פארצווייגטע [[תורה]] אימפעריע וואס רופט זיך אונטערן נאמען "[[סאטמאר (הויף)|סאטמאר]]", וואס טוט אריינרעכענען: די קהילה [[קהל יטב לב]] ([[בית מדרש|בתי מדרשים]], [[מקוה|מקוואות]], [[בית הוראה|בתי הוראה]], [[מצה בעקעריי]], בתי חיים און נאך) און די מוסדות וואס ווערט גערופן ישיבה תורה ויראה ובית רחל (תלמוד תורה פאר אינגלעך, ישיבות פאר אינגערע און עלטערע בחורים, בית חינוך לבנות, זומער קעמפ'ס).
שורה 67 ⟵ 68:
[[טעקע:Joel tb.jpg|קליין|250x250פיקס|טויזנטער ביי דער לוי' אין [[קרית יואל]]]]
 
== זיין השקפה ==
== מלחמה מיט ציונות ==
[[טעקע:Satmaroriginal.jpg|קליין|250x250px|ביי איינע פון די פילע פראטעסטן קעגן ציונות מיט זיין נעפע דער שפעטערדיגער סאטמארער רבי ר' [[משה טייטלבוים]]]]
זיין הויפט לעבן איז געווען געווידמעט, און וועט געדענקט ווערן, זיין פייערדיגע קאמף קעגן די [[ציונים]], און איז מיט דעם שטארק באוואוסט, צווישען זיינע ספרים זענען '''[[ויואל משה]]''', '''[[על הגאולה ועל התמורה]]''' און נאך. אבער די אויסגערעכנטע זענען די איינציגסטע וואס ער אליין האט געשריבן.
 
== זיינע ספרים ==
שורה 82 ⟵ 83:
* הגדה של פסח דברי יואל עם מנהגים
* הגדה של פסח מהר"י ט"ב
* [[ויואל משה]]
* חידושי סוגיות
* חידושי תורה במסיבות
שורה 92 ⟵ 93:
* [[שו"ת דברי יואל]] [ב"כ]
און פיל נאך.
 
== פאר מער ==
; ביאגראפישע
;* י
* שלמה יעקב געלבמאן, '''מושיען של ישראל: תולדות רבינו הקדוש מסאטמאר''', שמונה כרכים, קריית יואל 1990
* יוסף שיינבערגער, '''עולמות שחרבו''', ירושלים תשמ"א
 
* אלימלך עוזר בודק, '''ספר תפארת יואל''' (ארבעה חלקים), ניו יורק, 1993
 
* אברהם פוקס, '''האדמו"ר מסאטמר''', ירושלים תש"מ
* אהרן סורסקי, '''מרביצי תורה מעולם החסידות''', חלק ח, בני ברק, תשמ"ט, עמ' רנג-רעד
* מנחם קרן-קרץ, '''ר' יואל טייטלבוים - הרבי מסטמר (1979-1887): ביוגרפיה''', עבודת דוקטור, תל אביב, תשע"ג 2013
* '''אביר הרועים''', איבער זיינע קשרים עם רבני ואדמו"רי ארצות הברית, מכון "מושיען של ישראל", תשע"ד
* '''נפלאות מהרי"ט,''' עובדות וסיפורים אודות מהר"י ט"ב זצוק"ל. ביידיש. יצא לאור על ידי "תלמידים פון כ"ק מרן אדמו"ר זצוק"ל", קריית יואל ה'תשמ"ב
; אויף זיין השקפה
* יצחק קראוס, '''שלוש השבועות כיסוד למשנתו האנטי-ציונית של ר' יואל טייטלבוים''', בולטימור, 1990
* דוד סורוצקין, "בנין ארץ של מטה וחורבן ארץ של מעלה: הרבי מסטמר והאסכולה האורתודוקסית הרדיקאלית", בתוך: אביעזר רביצקי (עורך), '''ארץ-ישראל בהגות היהודית במאה העשרים''', יד בן צבי, 2004
* יצחק קראוס, "יהדות וציונות – שניים שלא ילכו יחדיו, משנתו הרדיקלית של ר' יואל טייטלבוים – האדמו"ר מסאטמר", בתוך: יוסף גורני ושלום רצבי (עורכים), '''הציונות''': מאסף לתולדות התנועה הציונית והישוב היהודי בארץ ישראל, גיליון כב, אוניברסיטת תל אביב, 2000, עמ' 30–67
* עודד שכטר, '''לשונם הטמא שקראוהו עברית''', כתב העת "מטעם", חוברת 2, אפריל 2005
* חנוך בן פזי, "על האנטי-אוניברסליות של "הרעיון הציוני" – נקודת המבט הסאטמרית של הרב יואל טייטלבוים", החינוך וסביבו כ"ט (2007), עמ' 291–304
 
==רעפרענצן==
* [http://www.nytimes.com/1979/08/20/archives/rabbi-joel-teitelbaum-dies-at-92-leader-of-the-satmar-hasidic-sect.html?_r=0 די לוי' באריכטעט אינעם ניו יארק טיימס]
 
==וועבלינקען==
* [httpshttp://www.iveltmysatmar.com/forumdocs/viewtopic.php?f=31&t=8585shite_hakdoshe דער אויףספר '''אידישעויואל וועלטמשה''']
 
* [https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=31&t=8585 ביאגראפיע אויף '''אידישע וועלט''']
 
*[https://archive.org/stream/TransilvaniaYiddishTzietung/Transilvania#page/n27/mode/1up הרב טייטעלבוים'ס שטודענטען הרגענען מענטשען,]טראנסילוואנישע יודישע צייטונג, כ"ז סיון [[ה'תרצ"ה]].
*[https://www.youtube.com/watch?v=ySqT4sAv-X0 א קליפ פון סאטמאר רב ביי זיין '''יום הצלה''' '''כ"א כסלו''']
*[https://www.youtube.com/watch?v=J3QpaSnzPEo א קליפ ביים אנקומען קיין '''ארץ ישראל תשכ"ה''']
*[http://www.nytimes.com/1979/08/20/archives/rabbi-joel-teitelbaum-dies-at-92-leader-of-the-satmar-hasidic-sect.html?_r=0 די פטירה באריכטעט אין "ניו יארק טיימס"]
 
{{סדרה|די געוועזן=''ערשטער''|די קומענדיק=הרב [[משה טייטלבוים]] זצ"ל<BR>''ברך משה''|רשימה=[[סאטמאר (הויף)|אדמור"י סאטמאר]]{{ש}}תרצ"ד - תרל"ט}}