אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "יהונתן אייבעשיץ"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
שורה 21:
==ביאגראפיע==
 
יהונתן אייבעשיץ איז געבוירן געווארן אין [[קראקע]], [[פוילן־ליטע|פוילן]]. צו זיין פאטער, רבי נתן נטע, [[רב]] פון דער יידישער קהילה אין [[אייבעשיץ]] (Eibenschütz), [[מעהרן]], און צו זיין מוטער מרת שיינדל. דער יונגער אייבעשיץ איז געווען אן [[עילוי]]. נאך זיין פאטער'ס פטירה אין תס"ח, האט ער געלערנט אין דער [[ישיבה]] פונעם [[מאיר אייזנשטאט|מהר"ם אַ"ש]] אין [[פראסטיץ]]. ווען דער מהר״ם א״ש איז צוריקגעפארן קיין פוילן ווערן רב אין [[שידלאווצע]], אוןאיז דערנאךר׳ יהונתן געפארן אין [[העלעשוי]] (Holleschau). דערנאך האט ער געוואוינט א קורצע צייט האטביים ערגביר געוואוינטרבי [[שמשון ווערטהיימער]] אין [[ווין]].
 
אין ת"ע איז ער געווארן א חתן ביי רבי משה יצחק שפירא [[אב בית דין|אב"ד]] פון [[בומסלא]], [[בעהמען]]. נאך דער חתונה האבן זיי געוואוינט צוויי יאר אין [[האמבורג]] ביי ר' מרדכי הכהן, איר זיידע פון דער מאמע'ס זייט.
שורה 27:
אין [[ה'תע"ה]] האט ער זיך באזעצט אין [[פראג]], [[בעהמען]], וואו ער איז געווארן [[ראש ישיבה]] און א בארימטער [[דרשן]]. די יידן אין פראג האבן געהאלטן פון אים שטארק, א צווייטער נאר צו רבי [[דוד אפנהיים (רב)|דוד אפנהיים]]. דורך זיין השפעה האט מען ווידעראמאל באקומען רשות צו דרוקן א [[ש"ס]] אין פראג, וואס פריער האט דער פויבסט געאסר'ט. אבער דער רעגירונג האבן געפאדערט אז מען טאר נישט ניצן דאס ווארט "תלמוד", און איז זיין ארט האט רבי יהונתן געניצט "הלכות". מ'האט געדרוקט [[מסכת ברכות]] מיטן נאעמן "הלכות ברכות" צוזאמען מיטן [[רא"ש]], [[מהרש"ל]], [[מהרש"א]] און הלכות פונעם [[רמב"ם]], אין יאר תפ"ז. מען האט דורכגעלאזט עטלעכע [[אגדתא]], מיט דער הסכמה פונעם פראגער בית דין אונטער הרב [[דוד אפנהיים]]. ביי די אנדערע מסכתות האט מען אויפגעהערט די ארבעט, ווייל די רעגירונג האט געפאדערט צופיל דורכלאזן.
 
אין תק"א, ווען [[פראנקרייך]] האט איינגענומען פראג, איז הרב יהונתן באשטימט געווארן רב פון [[מעץ]], פראנקרייך, וואו ער האט געדינט אין רבנות ניין יאר.
 
== מחלוקת מיטן יעב"ץ ==