אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "ליפא שמעלצער"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
ברענג מקורות
Fixed typo
טאַגן: מאביל־רעדאַקטירונג מאביל־אנווענדונג רעדאַקטירונג
שורה 20:
שמעלצער אליין שטעלט זיך ארויס מיט מאדנע מנהגים, ווען יעדע צייט טוישט ער ברילן אויף אינטערעסאנטערע, און אויף זיין קאר, זיין העמד, זיין קאפל זיינע קאלירטע בעקיטשעס, אויף די קנעפלעך, אויף אלץ שרייעט ארויס 'ליפא', וואס דאס געבט ער צושפייז זיינע יונגע [[מעריצים]], וואס ווערן ממש צעדרייעט פאר יעדער תנועה וואס ער געבט. באזונדער ווען ער ערשיינט אויף דער טריבונע גייט דער צושויער ארויס פון גלייכגעוויכט, ווי ביי די וועלטס גרויס באוואוסטע פערפארמערס.
 
'''שמעלצער''' האט געצויגן שטארקע [[קריטיק]] צו זיינע לידער און מוזיק פון אנדערע אין דעם עכט חרד'ישן אידנטום וועלכע זארגן אז זיין מוזיק ברענגט אריין אומגעוואונטשענע השפעות פון דער ארומיגער וועלט. געוויסע קרייזן, הויפטזעכליך די [[חסידים|חסידישע]], האבן אנגענומען אקציעס אפצורעדן זייערע נאכפאלגער פון קויפן אדער אויסהערן שמעלצער'ס ווערק. ווי ארויסקומען מיט איסורים אויף זיינע [[אלבאם|אלבאמען]]. טראץ דעם וואקסט זיין
פאפולעריטעט טעגליך.
 
טויזענטער אידן פון איבער די גאנצע וועלט זענען שטארקע אנהענגער אין ליפא. אויף אים איז צו פארדאנקן גאר אסאך פון דעם הייניטיגע סטיל, וואס ליפא אלס א קריעטיווע פערזאן, איז ער אייביג אויפגעקומען מיט עפעס פריש. ער איז געווען די ערשטע אנצוטוהן די היינט פאפולערע ״מאט בעקיטשע״. אזוי אויך די שיינע סטילישע ברילן, און רביש׳ע געפלאכטענע טלית באטלעך, וואס יעדער איינער טוט אים היננט נאך.
 
ער איז געווען די ערשטע זינגער וואס האט געמאכט קאנצערטן פאר ביזנעס, (עס איז געווען בעפאר אים ארגינעזאציעס וואס האבן געמאכט ווי: העסק, אוהל. וכו. )
טראץ דעם וואס די רבנים און פרומע אקטיוויסטן האבן אים פרובירט אפצושטילן, האלטענדיג אז ער איז א סכנה פאר די דור, האט ער זיך נישט אפגעשטעלט פאר גארנישט און זיך נישט דערשראקן, נאר פארקערט, ער האט זיך געשטארקט, און בלויז געווארן גרעסער.
 
== מיטן מאקעווער רבין ==