אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "מענדעלע רימאנאווער"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מאין תקציר עריכה
מאין תקציר עריכה
שורה 1:
[[בילד:Rimnuv.jpg|קליין|250px|מצבה פון ר' מענדלע רימאנאווער]]
ר' '''מנחם מענדיל פון רימאנאוו''' (נפ' [[י"ט אייר]] [[ה'תקע"ה]]) איז געווען ביי די [[חסידות|חסידים]] איינער פון די דריי גרויסע [[צדיק]]ים, וואס זענען די רבי'ס פון חסידישן [[פוילן|פוילישן]], [[אונגארן|אונגארישן]] [[אידנטום]], זיי זענען געווען תלמידים פון ר' [[אלימלך פון ליזשענסק]] זצ"ל. וואס האט איבער געלאזט זיין קדושת המוח פאר זיין תלמיד רבי ר' מענדלי.
 
ער האט יונגערהייט געלערנט אין דער ישיבה פון רבי'ן ר' [[שמעלקא פון ניקלשבורג]] זי"ע און דערנאך איז ער אריבער צום הייליגן רבי'ן ר' [[אלימלך פון ליזשענסק]] זי"ע, וואו ער איז געווארן פון זיינע גרעסטע תלמידים. ער האט דערנאך אליין געפראוועט חסידים אין פריסטיק, און בערך אנהויב יאר תקנ"ו זיך געצויגן קיין [[רימאנאוו]] [געשריבן אויף לשה"ק: רימינוב], וואו ער האט געפירט די עדה חסידים, און רימאנאוו איז געווארן א תל תלפיות פאר טויזנטער וואס זענען געקומען אהין פון גאנץ גאליציע שעפן תורה וקדושה פון הייליגן רבי'ן ר' מענדעלע זי"ע, ביז צו זיין הסתלקות [[י"ט אייר]] [[ה'תקע"ה]], ל"ד בעומר, ומנ"כ אין רימאנאוו.
 
צדיקים האבען געזאגט, אז דער שם הויה האט זיך מתלבש געווען אין א ספאדיק און בעקישע, דאס איז רבי ר' מענדלי מרימנוב (דברי תורה - [[מונקאטש]] בשם צדיקים).
שורה 9 ⟵ 11:
 
דעמאלט ווען רבי ר' מענדלי האט געזען אז דער קאזשניצער מגיד איז אויך מסכים מיט ר' נפתלי, האט ער געזאגט: איך האב געוואלט אז די [[גאולה]] זאל שוין זיין זייער נאנט, אבער וויבאלד מ'האט זי אפגשטופט, '''וועלן נאך אונטערוואקסן גרינע ווערעם, מיט קופערנע פיסקעס''' <ref>דברי תורה - מונקאטש בשם צדיקים</ref>.
 
דער רבי ר' מענדעלע האט געפראוועט אין [[פריסטיק]] מורא'דיגע סיגופים, זיך געקוילערט יעדע נאכט אין שניי, און ביז צו דער צווייטער וועלט מלחמה פלעגן פריסטיקער אידן אנווייזן אויף דעם בארג, פון וואו דער רבי ר' מענדעלע האט יונגערהייט געפראוועט גלגול שלג. הגה"ק רבי [[אלחנן קאלאשיצער]] זי"ע הי"ד האט דערציילט, אז דער הייליגער [[אפטער רב]] זי"ע בעל "אוהב ישראל" פלעגט זיך אויסדריקן: '''"די ערד אין פריסטיק איז הייליג דריי טפחים טיף מיט קדושת ארץ ישראל פונעם גלגול שלג פון רבי'ן ר' מענדעלע!"''' (דברי חנה השלם עמ' שעב).
 
הרה"ק דער נאסוידער רב זי"ע האט נאכגעזאגט, אז דער רבי ר' מענדעלע האט צוגעזאגט: '''"ווער ס'וועט אנצינדן א ליכט פאר מיין נשמה, אפילו נאך הונדערט יאר שפעטער ווי דער הסתלקות, וועל איך אים א טובה טאן אויף יענער וועלט!"''' (הדרת קודש לו:).
 
==משפחה==