אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "סאטמאר (הויף)"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
צו פיל פרטים
שורה 49:
====קרית יואל====
:::* 12 גארפילד רד. - דער צענטראלער ביהמ"ד הגדול דקהל יטב לב אין קרית יואל געבויט בשנת תשל"ה אדורך די ראשי הקהילה פון סאטמאר, און איז באנייט געווארן א סליחות תשל"ח בצל קדשו פון מרן רביה"ק הדברי יואל מ'סאטמאר זי"ע, רביה"ק זי"ע האט דארט מתפלל געווען דורכאויס די ימים הנוראים, וואו עס האבן עס דארטן מיטגעהאלטן די טויזענטער חסידים וועלכע זענען געקומען צו פארן פון אומעטום. אינעם אינטערשטען שטאק פון ביהמ"ד געפונט זיך דער ״היכל ראזנבערג״ -דער געוועזענער חתונה זאל "קרית יואל מענאר"- וועלכע איז וועלט בארימט מיט איר איבערגעפולקייט פון בעלי בתים און ארבייטארערס וועלכע זענען זיך דארטן מייגע על התורה רינדע דעם זייגער.
:::* היי יאר תשע"ז ווען די שורות ווערן אצינד צוגעשריבן, ווערט צום ביהמ"ד צוגעבויט א פליגעל אויף צפון זייט, וואו אויף די אינטערשטע שטאק קומט צו בערך 60003600 סקווער פיס צום היכל התורה לע"נ דער ראה"ק פון סאטמאר ר' יצחק ראזנבערג ע"ה - נתנדב ע"י אחיו ר' אברהם יודא הי"ו / אויף די ערשטע שטאק קומט צו פארשטייט זיך נאך עטליכע הונדערט זיצען צום היבל ביהמ"ד הגדול אריינצונעמען די פילע חסידים ואנשי מעשה וועלכע קומען מיטהאלטן די תפלות מידי שבת בשבתו ומידי מועד במועדו אין ביהמ"ד הגדול וועלכע ווערט פארגעדאווענט אדורך די סאטמארע רבי שליט"א מיט התרוממת הנפש. / אינדערוואכן וועט עס צוטיילט ווערן אין פרישע שטיבלעך פאר די מנינים לימות החול, נדבת לבם פון ר' אברהם יודא גאלדבערגער הי"ו און ר' אברהם ביקעל הי"ו / אויף די 3 טע שטאק וועט פארגרעסערט ווערן אי"ה דער עזרת נשים. בורא עולם בקנין השלם זה הבנין!
 
::::דער צענטראלער ביהמ"ד פון די חסידים פון ר' זלמן לייב איז אויף 5 גארפילד