אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "מעטפארמין"

1,428 בייטן צוגעלייגט ,  פֿאַר 3 יאָר
מ
קיין רעדאקטירונג רעזומע
מ
מ
 
אין א קלענערע שטודיע האט די מעדיצין אויך באוויזן צו העלפן איבערוואגיגע קינדער מיט ספעציעלע געברויכן פארלירן איבריגע וואג וואס זיי האבן צוגענומען אלס נאכווייען פון פסיכיאטארישע מעדיצינען זיי צו האלטן רואיג. "מעטפארמין" האט נישט פארמינערט די אויפטוען פון די מענטל מעדיצינען, בלויז געהאלפן פארלירן די איבריגע וואג. צענערלינגען מיט אוטיזם זענען מער אויסגעשטעלט צו ליידן פון איבערוואג ווי אנדערע, בפרט ווען מען קען זיי שווערער אויסלערנען וואס איז געזונט צו עסן און וואס נישט.
 
== מעטפארמין פאר [[קענסער]] ==
מעטפארמין ווערט באטראכט אלס ערנסטער קאנדידאט צו באהאנדלען געוויסע קענסערס. ווי פארשער האבן באמערקט, שטארקט מעטפארמין געוויסע אינערליכע צעלן אינעם קערפער זיי זאלן קענען אפשלאגן איפעקציעס, זיך קעגנשטעלן אינפלאמאציעס און אונטערדרוקן געוואוקסן, אריינגערעכנט קענסער געוויקסן. די רעדע איז איבער "עפיטיליום" צעלן .Epithelium איז איינס פון די פיר הויפט סארטן 'טישו' אינעם מענטשליכן קערפער. די אנדערע דריי זענען קאנעקטערס, מוסקלען און נערוון. די צעלן דעקן איבער רוב קערפער ארגאנען פון אינעווייניג, ווי אן אינערליכע 'ליינינג'. דער רעלאטיוו ביליגער 'דייעביטיס' מעדיצין לייגט שווערע דרוק אויף די "עפיטיליום" צעלן, און די צעלן, ווען זיי קומען אונטער 'סטרעס', לאזן זיי ארויס א מאכטפולער ענזיים זיך צו באשיצן. אט דער 'ענזיים' קען אויך אפשלאגן שעדליכע מיקראבן און קענסער געוואוקסן.
 
== זעט אויך ==
715

רעדאקטירונגען