אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "ברוך עפשטיין"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מאין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 11:
ער איז געבוירן געווארן צו הרב [[יחיאל מיכל הלוי עפשטיין]] מחבר ספר "[[ערוך השולחן]]", און מיכלה די שוועסטער פון דעם [[נפתלי צבי יהודה ברלין|נצי"ב]], ראש ישיבה פון דער [[וואלאזשינער ישיבה]], וואס איז שפעטער אויך געווארן זיין שוואגער (ווייל נאך דער פטירה פון זיין ערשטער ווייב האט דער נצי״ב חתונה געהאט בזיווג שני מיט רבי ברוך׳ס שוועסטער). ביי די 13 יאר האט ער אנגעהויבן לערנען אין דער [[וואלאזשינער ישיבה]], דארט האט ער געלערנט פינעף יאר, און ער איז דארט געווארן פאררעכנט אלס איינער פון די [[עילוי (לימוד)|עילויים]]. ער איז געווארן מוסמך פאר רבנות דורך: זיין פעטער דער נצי"ב, רבי [[יאשע בער הלוי סאלאווייטשיק]] (מחבר פונעם "בית הלוי") רבי חיים יהודה סאסניצער דער רב פון [[סמארגאן]], און רבי רפאל שפירא וואס האט געדינט אלס מגיד שיעור אין דער וואלאזשינער ישיבה. ער איז געווארן א חתן מיט דער טאכטער פון רבי [[אלעזר משה הורוביץ|אלעזר משה הלוי הורוויץ]], [[פינסק]]ער רב, און דערנאך, אין זיין שווער'ס שטוב, האט ער געלערנט תורה ומדעי היהדות אויך אלגעמיינע וויסנשאפט. שפעטער האט ער געלערנט אין אקדמיה פאר מסחר אין [[וויען]], און זיך אומגעקערט קיין פינסק וואו ער האט געדינט אלס הויפט [[מנהל חשבונות|מנהל פון די חשבונות]] אין [[באנק]]. און דערנאך איז ער געווארן נתמנה אלס מנהל הבאנק, און ער האט אנגעהאלטן דעם פאסטן ביז'ן אויסברוך פון דער [[ערשטע וועלט-מלחמה|ערשטער וועלט־מלחמה]]. במקביל למד וחיבר ספרים שונים, המפורסם שבהם הוא "תורה תמימה" - א פירוש ספר על התורה. נאך זיין שווער'ס פטירה האט מען אים פארבעטן צו דינען אלס ארטיגער רב, אבער ער האט אנטזאגט. אזוי אויך האט מען אים פארגעשלאגן דאס רבנות אין [[פעטערבורג]] און אין [[מאסקווע]], אבער ער האט אנטזאגט.
 
ער איז אויך געווען טעטיג אין אגודת "ציון", צו פארשפרייטן די [[העברעאיש|העברעאישע]]<nowiki/>ער שפראך. עס איז שטארק באקאנט דער בריוו-אויסטויש וואס ער האט געהאט מיט פראפעסאר פאוול קאקאווצאוו פון [[פעטערבורג]], צו באשיצן דעם כבוד פון די אידן ביי [[מנחם מענדל בייליס|מענדל בייליסנ׳ס]] משפט. אלע אידישע און רוסישע צייטונגען האבן דאס דאן ברייט באריכטעט.
 
נאָך [[רוסישע רעוואלוציע|דער רוסישער רעוואלוציע]] איז ער געפארן צו די [[פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע|פאַראייניגטע שטאַטן]], צו דרוקן און פאַרשפּרייטן זיינע ביכער און שריפטן, דארט האט ער זיך געזוימט צווישן די יאָרן פון [[1923]]–[[1926]]. דערנאך האט ער זיך צוריקגעקערט קיין פינסק. ער איז געשטארבן בשעת [[חורבן אייראפע|דעם חורבן]] אין [[1942]], און מען האט אים מקבר געווען אין בית החיים אין [[קארלין]].
 
=== זיין ציוניסטישע טעטיגקייט ===
אין די תר"ע יארן, ווען עס איז נתפרסם געווארן די אָפּציע צו אפקויפן אַרץ ישראל פונעם טערקישן סולטאַן, האט עפּשטיין זיך שטארק קעגנגעשטעלט צו דעם געדאַנק, טענה'דיג אַז עס איז נאך ניט אנגעקומען די צייַט פון גאולה. אבער אין די שפּעטערע יאָרן האט ער זיך דערנענטערט צו דער געדאַנק פון אוועקשטעלן די לאַנד פון מדינת ישראל, ער האט קאַנטריביוטירטבאשטייערט צו די קרנות וואס זענען געווארן אויפגעשטעלט פאר דעם צוועק, און מיט דידער גרינדונג פון דעםדער "מזרחי" פארטיי האט ער זיך באטייליגט דערין. ספּעציעלע אויפמערקזאַמקייַט האט ער געגעבן פאר דער באַוועגונג פון "הפועל המזרחי", וואָס ער האט אין איר געזען די רעליגיעזע באַוועגונג אין דידעם לאַנד פון ישראל. דערוועגן, האט ער שטארק מקרב געווען די שליחים פון "הפועל המזרחי" ווען זיי האבן זיך געזוימט אין פינסק. ער האט זיך אינטערעסירט אויך אין דער אָרגאַניזירונג פון "החלוץ המזרחי" אין זיין שטאָט, געליינט די צייטונג "נתיבה" און אנדערע בראשורן איבער דידעם לאַנד פון ישראל. ער איז געשטאנען אין נאָענטן קשר מיט דער זון פון זיין שוועסטער, רבי [[מאיר בר-אילן]]. אבער מיט דעם אלעם, האט ער קיינמאָל נישט איינגעזען די געבאָט פון ישוב ארץ ישראל און די ציוניסטישע אידעאלאגיע.
 
== זיינע ספרים ==
* '''תורה תמימה''' - (חמשה חלקים) פירוש על התורה המשלב בין פירושי ודרשות התלמוד והמדרשים לפסוקי התורה, און בייגעלייגט דערצו, '''תוספת ברכה'''. געדרוקט ערשטנס אין ווילנע, ה'תרס"ב. 
* '''מקור ברוך''' - (1928 מהדורה ראשונה) (פיר בענדער) אוטוביוגרפיה; תולדות משפחתו (משפחת עפשטיין); זיינע זכרונות אויף [[וואלאזשינער ישיבה]] און אויף דער ראש ישיבה, זיין פעטער דער [[נצי"ב]], און נאך א צאל פערזאנען פון יענער צייט; חידושים און קלערונגען אין גמרא. א חלק פונעם ספר איז געווארן איבערגעטייטשט צו ענגליש אין שנת 1987 דורך הוצאת ארטסקרול מיטן נאמען "My uncle the Netziv". 
* '''מקור ברוך''' - על תלמוד ירושלמי 
שורה 36:
 
=== זיינע חיבורים ===
* '''מקור ברוך''' דער [http://www.hebrewbooks.org/48317 טייל פון די הקדמה], [http://www.hebrewbooks.org/48313 טייל אייןאיינס], [http://www.hebrewbooks.org/48314 טייל צוויי], [http://www.hebrewbooks.org/48315 טייל דרייַ] , און [http://www.hebrewbooks.org/48316 טייל פיר], אויף [[היברובוקס|Hebrewbooks]]
* [http://hebrewbooks.org/9450 '''מקור ברוך''' אויף ירושלמי], אויף [[היברובוקס|hebrewbooks]]
* חומש '''תורה תמימה''' , בראשית, שמות, ויקרא, במדבר און דברים, אויף [[היברובוקס|Hebrewbooks]]
שורה 48:
* יהושע מונדשיין, [http://www.shturem.net/index.php?section=artdays&id=785 מקור ברוך, דער מקור פון ליגנט].
* [http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?req=29654&st=&pgnum=21 תיקונים אויף מראי מקומות אין תורה תמימה].
[[קאַטעגאָריע:בעלארוס]]
[[קאַטעגאָריע:מחברי ספרים]]
[[קאַטעגאָריע:חוקרים]]
{{DEFAULTSORT:עפשטיין, ברוך}}
[[קאַטעגאָריע:בעלארוסליטווישע יידן]]