אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אנטי ציוניזם"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
דירעקטירט צום ריכטיגן לינק
מאין תקציר עריכה
שורה 1:
'''אנטי ציוניזם''' איזבאדייט, אפאזיציע צו [[ציוניזם]] און [[מדינת ישראל]], סיי ביי יידן סיי ביי גויים.
 
== דער אידעאלאגיע דערפון ==
דאס בליק פון פילע תורה-טרייע אידן אויף ציוניזם, איז אז דער גאנצער געדאנק פון "ציוניזם" באשטייט פון די ציוניסטישע פראזע וואס איז פראפאגאנדירט געווארן דורכאויס די תר"ע-פ יארן, "'''דער צוויי טויזנט יעריגער גלות שרייט צו אונז "אם אין אני לי מי לי"''' עפרא לפומייהו.
 
די אלע וואס זיי האלטן אז דער אויבנדערמאנטער פראז האט אין זיך אן אמת, די ווערן אנגערופן "ציונים".
 
"ציוניזם" איז א כפירה אין אסאך עקרי אמונה.
 
צום אלעם ערשטן איז דא אויבן-אויף צוויי זאכן אין וועלכע ציוניזם לייקנט גראב:
 
- ציוניזם לייקנט אז מיר זענען אין גלות ווייל דער אייבערשטער האט אונז דא געשיקט אלץ שטראף אויף אונזערע זינד.
 
- ציוניזם לייקנט אז נאר דער אייבערשטער קען און וועט אונז ארויסנעמען פון גלות.
 
אין די צוויי דערמאנטע ענינים זענען נכלל נאך פיל ענינים פון [[אמונה]], וואס ווערט פארלייקנט גענצליך אדער טיילווייז דורך די ציוניסטישע געדאנק.
 
- ציוניזם לייקנט אין די ערשטע [[אני מאמין]], "והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים". ציוניזם זאגט אז מיר זענען אין גלות אלץ בטלנות, נישט ווייל דער בוכ"ע וויל אזוי און מאכט אזוי, און מען קען מצליח זיין אראפצואווארפן פון זיך דעם עול הגלות אפילו קעגן דעם ווילן פון אייבירשטן. עפ"ל
 
- ציוניזם לייקנט אין די פינפטע אני מאמין, "לא לבדו ראוי להתפלל". ציוניזם זאגט אז תפלה העלפט נישט, מען דארף טון אליינס צו דער זאך. עפ"ל
 
- ציוניזם לייקנט אין די זעקסטע אני מאמין, "שכל דברי נביאים אמת". ציוניזם לייקנט אין דאס וואס די נביאים האבן נבואה געזאגט אז דער אייבערשטער אליין וועט אויסלייזן די אידן, און אז דער אייבערשטער שיקט אידן אין גלות צוליב זייערע זינד, און אז אויב מען זינדיגט אין ארץ ישראל ווערט מען אויסגעשפיגן פון דארט, און אין נאך פילצאליגע דברי נבואה.
 
- ציוניזם לייקנט אין די זיבעטע אני מאמין, "שנבואת משה רבינו עליו השלום היתה אמיתית וכו'". אזוי ווי געשריבן אויבן ביי די פריערדיגע.
 
- ציוניזם לייקנט אין דעם עלפטן אני מאמין, "שהבורא יתברך שמו גומל טוב לשומרי מצותיו ומעניש לעוברי מצותיו". ציוניזם זאגט אז מען קען זיך אליינס באפרייען פון דעם אייבערשטנ'ס שטראף, און לייקנט בכלל די גאנצע זאך אז אידן זענען באשטראפט געווארן צוליב די זינד. עפ"ל
 
- ציוניזם לייקנט אין דעם צוועלפן אני מאמין, "בביאת המשיח אני מאמין". ציוניזם זאגט אז דאס איז נישט אמת. עפ"ל
 
דאס איז אלעס בלויז "דער געדאנק פון ציוניזם"!!
 
==פרומע אידישע גרופּעס וואָס זענען קעגן אנערקענונג פון מדינת ישראל==