אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "גאליציע"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מ עטלעכע ווערטער געטוישט כדי צו קלינגן מער יידיש.
טאַגן: וויזועלער רעדאקטירונג מאביל־רעדאַקטירונג מאביל וועב־רעדאקטירונג
״די״ קאמאנוועלט
 
שורה 8:
 
== היסטאריע ==
די מזרח-סלאוון האבן באזעצט די טעריטאריע שוין אין אנהייב פֿונעם מיטל-עלטער; אין דעם 12טן יארהונדערט האט מען אויפֿגעשטעלט דאס פֿירשטנטום (פרינציפאליטעט) פֿון האליטש. שפעטער איז עס געווארן פֿאראייניקט מיט [[וואהלין]]. אין יאר 1352 (ה' קי"ב) איז די טעריטאריע געווארן צעטיילט צווישן דעם פוילישן קעניגרייך און דער גרויסער הערצאגשאפֿט פֿון [[ליטא]]; דעם גרעסערן טייל האט פוילן גענומען. אין 1772 (ה' תקל"ב) איז צעטיילט געווארן דאסדי פויליש-ליטווישע קאמאנוועלט און עסטרייך האט צוגענומען גאליציע, וואס איז דעמאלסט געווארן די פראווינץ פֿון עסטרייך מיט דער גרעסטער באפֿעלקערונג ביזן סוף פֿונעם [[ערשטן וועלט קריג]].
 
אין 1918 (ה' תרע"ח) איז גאליציע אוועק גענומען געווארן פון דער [[עסטרייך אונגארישע אימפעריע|עסטרייך־אונגארישער אימפעריע]], און געווארן א טייל פֿון דער נײַער זעלבשטענדיגער רעפובליק פֿון פוילן. אז פוילן איז געווארן צעטיילט אין 1941 (ה' תש"א) האט רוסלאנד גענומען מזרח-גאליציע און דייטשלאנד האט גענומען מערב-גאליציע. נאכן צוויטן וועלטקריג איז מזרח-גאליציע געגאנגען צום נײַעם לאנד [[אוקראינע]] און מערב-גאליציע צו פוילן.