אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "תרפ"ט ראיאטן"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 4:
 
=== וואס רבי ברוך קאפלאן זצ"ל האט דערציילט וועגן דעם פאגראם ===
{{הערה}}
 
די צייט וואס איך בין געווען אין [[חברון]] איז אויך אויסגעפאלן דאס וואס עס זענען נעבאך אומגעקומען אן ערך פון עטליכע און צוואנציג ישיבה לייט גרויסע תלמידי חכמים און נאך פערציג מענטשן פון די אנשי העיר, וואס די וועלט רופט עס "די פרעות פון חברון" [די חברון פאגראם]. האב איך געוואלט באצייכענען דא א טעות וואס איז אריין געגאנגען אין דער וועלט, א געוואלדיגן טעות, א מורא'דיגע טעות, אז די וועלט האט אנגענומען אז די חברון'נער [[אראבער]] זענען געווען [[רוצחים]] און זיי האבן באפאלן די אידן מחמת רציחה, מחמת שלעכטקייט. אבער אויב מען וועט אויסגלייכן די ידיעות איז דאס באמת נישט ריכטיג. אוודאי אן אראבער איז אן אראבער, ער איז נישט קיין יוד, אבער זיי זענען געווען זייער פריינטליכע אראבער, די [[אידן]] האבן געלעבט מיט זיי זייער פריינטליך, די גוים האבן געארבעט פאר די אידן, און מ'איז געווען צופרידן, עס איז געווען רואיג.