אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "תרפ"ט ראיאטן"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
מאין תקציר עריכה
שורה 1:
'''די תרפ"ט אויפרוהראויפרודער''' איז געווען אין די צייטן פון דעם [[בריטישן מאנדאט]] ([[1929]]) וואס די [[אראבער]] האבן געמאכט [[טעראר]], און [[פאגראמען]] קעגן די [[ייד|איד]]ן אין [[חברון]] און אין נאך ערטער. אין דער אויפרוהר זיינען געמארדעט געווארן איבער 113 יידן, 67 יידן זענען אומגעקומען אין חברון אליין. און הונדערטער פארווונדעט און גערויבט געווארן.
 
נאך דער אויפרור האבן די בריטישע באשטימט דאס [[ווייסבוך פון פאספילד|צווייטע ווייסבוך]] וואס האט באשטימט זאלן יידן נישט מער טארן [[אימיגראציע גרופעס|אימיגרירן]] קיין [[ארץ ישראל]], און נישט טארן מער זיי פארקויפן ערד-פלאך.
 
=== וואס רבי ברוך קאפלאן זצ"ל האט געזאגטדערציילט וועגן דעם פאגראם ===
{{הערה}}
 
די צייט וואס איך בין געווען אין [[חברון]] איז אויך אויסגעפאלן דאס וואס עס זענען נעבאך אומגעקומען אן ערך פון עטליכע און צוואנציג ישיבה לייט גרויסע תלמידי חכמים און נאך פערציג מענטשן פון די אנשי העיר, וואס די וועלט רופט עס "די פרעות פון חברון" [די חברון פאגראם]. האב איך געוואלט באצייכענען דא א טעות וואס איז אריין געגאנגען אין דער וועלט, א געוואלדיגן טעות, א מורא'דיגע טעות, אז די וועלט האט אנגענומען אז די חברון'נער [[אראבער]] זענען געווען [[רוצחים]] און זיי האבן באפאלן די אידן מחמת רציחה, מחמת שלעכטקייט. אבער אויב מען וועט אויסגלייכן די ידיעות איז דאס באמת נישט ריכטיג. אוודאי אן אראבער איז אן אראבער, ער איז נישט קיין יוד, אבער זיי זענען געווען זייער פריינטליכע אראבער, די [[אידן]] האבן געלעבט מיט זיי זייער פריינטליך, די גוים האבן געארבעט פאר די אידן, און מ'איז געווען צופרידן, עס איז געווען רואיג. 
 
א דוגמא ווי ווייט רואיג עס איז געווען צווישן אידן און די אראבער, למשל איך האב געהאט א מנהג, בערך א מייל-צוויי לעבן חברון איז געווען א בוים וואס עס איז מקובל אז די בוים איז געווען די אשל אברהם, וואו [[אברהם [אבינו]] האט אויפגענומען די [[מלאכים]], האב איך געהאט א גרויסן הרגש פון צייט צו צייט צו גיין באזוכן דעם [[בוים]], (מובא בחוט המשולש תולדות מרן החתה[[חת"סם סופר]] שאכן מקובל שזה הי' של א"א) ספעציעל אין זומער צייט ווען ס'איז ווארים. דארט איז אבער נישט געווען קיין ישוב, ס'איז געווען יעדע 5-7 בלאק אן איינצעלנע הויז, איך פלעג אביסל רעדן מיט זיי, מ'האט זיך פארשטאנען מיטן וואונק [נישט קענענדיג דעם אראבישן שפראך]. קיינער אין ישיבה האט מיר נישט געזאגט גיי נישט אונטערן שטאט, ס'איז א סכנה, "אראבער!". ס'איז נישט איינגעפאלן, אזוי פריינדליך האט מען געלעבט מיט די אראבער.
 
אויך האב איך געזען א בריף פון [[גערער רבי]], (רבי [[אברהם מרדכי אלטער]]-אמרי אמת) אין יענע יארן שרייבט ער אז ער איז געפארן קיין א"י, אזוי ווי ס'האט אנגעהויבן ווערן א באוועגונג, אז מען וויל אוועקפארן פון פוילן קיין א"י, האט ער געוואלט זען וואס פאר א סארט פאלק דער אראבער איז, ווי אזוי צו ראטן די מענטשן, צו מען זאל יא פארן אדער נישט פארן, שרייבט ער דארט אין דעם בריעף אז דער אראבער איז זייער א פרידליכער פאלק, און א פיינער פאלק.
 
דערפאר וויל איך זאגן אז ס'איז אריין א געוואלדיגע גרייז אין דער וועלט אז די חברון'ער אראבער זענען געווען גרויסע רוצחים, און באפאלן די אידן. מעשה שהי' לא כך הי', נאר וואס דען? וועל איך אייך -ביי דעם געלעגנהייט- זאגן מעשה שהי'.
 
די מעשה איז אזוי, די היינטיגע ציונים די רשעים, איז שוין דעמאלטס אויך געווען די זעלבע זאך אזוי ווי היינט, זיי האבן געקערט די וועלט דארטן, אזוי ווי היינט מאכן זיי ביטערע אומגליקן ביי די מלחמות מיט די אראבערס, ס'איז שוין אומגעקומען אזויפיל אידן זאל דער אויבערשטער אונז אויסהיטן, דער אויבערשטער זאל רחמנות האבן אויף אונז. דעמאלסט אויך זענען זיי ארויס געגאנגען איין מאל מיט א לאזונג אז דער [[כותל]] [המערבי] איז א יודישע נאציאנאלע אייגנטום, די אראבער געווענטליך האבן געהאלטן פארקערט, אז שוין 1100 יאר איז דאס זייערע. וואס קען מען טאן, מיר זענען דאך אין גלות, מפני חטאנו גלינו מארצנו, אבער עס האט זיך אנטוויקעלט די ציוניסטישע באוועגונג, זענען געקומען די פוסטיאקעס די אלע שווארץ יארן, האבן זיי געזאגט "די כותל איז אונזערע", (עס איז בכלל א קשיא וואספארא שייכות האבן זיי צו די מקומות הקדושה). איז געווארן א גרויסע ויכוח אין די צייטונגען[[צייטונג]]<nowiki/>ען. און דערנאך האבן זיי געוואלט מאכן א מקום קבוע צו [[דאוונען|דאווענען]], (כאטש אז זיי האבן אזא שייכות צום דאווענען אזוי ווי גרון [דער דעמאלסדיגער רב הראשי] האט א שייכות צום דאווענען, ער גייט אויפן מקום המקדש מאכן א מנין), צו ענטעגענייזן [רייצן] די אראבער און צוביסלאך מער אריינקריכן, און ס'האט צוגעברענגט צו סכנת נפשות. ר' יוסף חיים זאנענפעלד האט זיי געבעטן ברחמים "לאזט אפ!", ס'איז גענוג אז די אראבער טוען א חסד און לאזן אונז קומען דאווענען, אבער אויף א קביעות האבן מיר קיינמאל נישט געהאט קיין חזקה, עס איז נישט אונזער ארט, ס'איז זייער ארט עד ביאת גואל צדק, 
 
אבער זיי האבן נישט געפאלגט, זיי האבן געמאכט א גרויסע אסיפה אין ירושלים, מ'האט געזאגט אז ס'איז געווען 10,000 מענטשן, אויסצורופן אז ס'איז פאר די אידן, און זיי רופן זיך אידן (כאטש דער חפץ חיים שרייבט אז זיי זענען נישט קיין אידן, די ציונים זענען זרע עמלק), איינער פון די רעדנער איז געווען דער רב הראשי האט ער אויסגערופן אזוי: "שמע ישראל הכותל כותלינו הכותל אחד", דאס איז געווען אין אלע צייטונגען. האט זיך צוהיצט און צופלאקערט צווישן די ציונים און די אראבער, השם ירחם.
שורה 20:
דערנאך, איינמאל, מ'איז געזיצן אין חברון און געלערנט, זעען מיר אין שטאט לויפן ארום בויעס [יונגאטשן] מיט קורצע אפגעשניטענע הויזלעך און מיט געווער מיט בייסיקלס און מאטערסייקעל'ס, און לויפן ארום אין די הויפט גאסן אין חברון אהין און צוריק, פון די געווער האט מען זיך דערשראקן, וואס פאר א מעשה? מער פעלט דא נישט. 
 
בקיצור, האט מען געשיקט רופן אט די חברה, צום ר' [[משה מרדכי [עפשטיין,]] [דער משגיח אין חברון'ער ישיבה], און זיי האבן נישט געוואלט קומען, מען האט געמוזט גיין צו זיי, האט מען זיי געפרעגט, פאר וואס קומט איר? מה ראו על ככה? וואס טוט איר דא? ס'פעלט אונז אויס? איר וועט [דאך דערמיט] אויפרייצן די אראבער! ס'רייצט זיך שוין אזוי אויך!. האבן זיי געענטפערט, מיר קומען אייך פראטעקטן [שוצן]. האבן מיר געזאגט, געוואלד! רחמנות!, און זיי האבן נישט געוואלט אוועקגיין, ביז וואנען ס'איז געווארן צו שפעט.
 
ביז ווען די פירער פון די אראבער האבן אויפגעקליבן פון אסאך דערפער גרויסע מאסן'ס פון אראבער דארט, (און ווי געווענטליך פארשטייט זיך די צוואנציג קאווערדס [שוואך כאראקטערדיגע מחוצפים] זענען אנטלאפן, זיי האבן ארויסגעכאפט זיך), און ס'שוין געווען שפעט, זיי האבן זיך ארגענעזירט, זייער מופטי האט געזאגט א גרויסע רעדע פאר זיי, זיי האבן געמיינט אז פרייטיג צונאכטס קומט די גאנצע ישיבה דאווענען, וועלן זיי אריינקומען אנפאלן די גאנצע ישיבה און אטאקירן.
שורה 34:
האט אים דער חזון איש געזאגט: מיין טייערע ר' משה שעהנפעלד! איר זענט גערעכט, אבער עס וואונדערט זיך מיר אויף אזא בר דעת ווי איר זענט. אודאי, עס זענען אין די לעצטע פאר חדשים געווען עטליכע צענדליגע נפשות און יעדער נפש אחת מישראל איז אן עולם מלא. אבער דא שטייען דאך די ציונים, די מדינה, די רשעים, זיי נעמען און שמד'ן אפ אידן, קינדער, הונדערטער טויזענטער אלע טאג, דאס זאל ווייטאן! אזא גזירת השמד וואס מען שמד'ט אפ הונדערטער טויזענטער אידן, און חז"ל זאגן גדול המחטיאו יותר מן ההורגו, דאס האט ער איהם געזאגט.
 
נו, זינט דער [[חזון איש]] האט דאס געזאגט איז שוין אסאך יארן אדורך ועד היום הזה. ווי למשל ווען איך רעד דא יעצט, האט מיר איינער געוויזן א צייטונג, א שרעקליכע זאך, אז עס איז דא א מענטש, ער רופט זיך א בריסקער, ווייס איך צו ער איז טאקע א בריסקער? ער איז א קליינע מענטש און א גרויסע שגץ, א רוצח, האט ער גענומען איצטער באליידיגן אמעריקע, דער פרעזידענט רעיגן, מיט א חוצפה וואס עס כאפט ממש א פחד, עס איז נאך אזוי נישט געהערט געווארן. עס קען חלילה ברענגען שמדיות, די אראבער קענען זיך אויפכאפן, און די דריי מיליאן אידן זענען אלע אין סכנת נפשות.
 
וואס גייט אן אזא מנובל? אז די אראבער האבן געהאט אין [[באגדאד]] א רעאקטאר, גייט דער רשע צוברעכט עס. דו ווייסט דאך אז עס איז סכנת נפשות פאר אלע אידן, אבער וואס גייט אים אן? ווייל ער וויל ווערן מיניסטער פרעמיער, א שווארץ יאר, קוקט ער נישט אויף גארנישט.
 
די גמרא זאגט אז א קוואל פון וועלכע דו האסט געטרונקען וואסער זאלסטו נישט אריין ווארפן א שטיין, דו פארעך איינער! דו פארעך בעגין! לעבסט אינגאנצן פון אמעריקע, דו מיט דיין פאסקודנע פינסטערע מדינה! ווען נישט אמעריקע וואלסטו נישט געהאט קיין קיום, די גאנצע כח קומט פון אמעריקע, זיי גיבן אייך אלעס, זיי גיבן אייך געווער און אלעס! גייסטו, דו חצוף איינער, ווייל דיר געפעלט נישט, ווייל דיר פאסקודניאק געפעלט נישט זיין פאליטיק. - און די גאנצע זאך קען ארויסרופן צארן ביי די אראבער. סוף כל סוף איז דאך דא הונדערטער מיני אראבער, און רוסלאנד שטייט אויף זיין זייט. - קוקט ער נישט אויף די אלע זאכן, זיין כבוד און זיין פאליטיק פירט איהם אפילו עס זאל קאסטן הונדערטער און טויזנטער אידישע נפשות.
שורה 44:
היינט, א מאסן מסית ומדיח, א רוצח, א רשע, א ראש הכופרים, פון די מדינה, וואס האט אומגעברענגט די תימן'ער יודנטום, די מאראקאנער אידן, און נאך אסאך ספרדישע, עס איז געווארן פון זיי ציונים און פוסטאקעס, אראפגעפירט פון תפילין, פון תורה. שרייבט איינער פון די רעליגיעזער פארטיי, "התאהבנו בבגין"?! ווי קען מען ליב האבן א מסית? איר האט געהערט??? צו אזא מצב אנקומען? השם ירחם עלינו!
 
...מען האט טאקע געהאלטן ביי אן אנדער ענין, אבער דאס הארץ טוט וויי, כי יחם לבבי, האב איך געוואלט אויסנוצן די געלעגנהייט צו זאגן, מען זאל וויסן אז השם ירחם עלינו, ומה עוללו לנו הציונים הרשעים הארורים האלו! מען דארף צו וויסן אז עס איז פארהאן א טעות אין דער וועלט, מען מיינט אז די אראבער האבן דאס געטון, זאל מען וויסן אז די גאנצע זאך וואס די אראבער זענען געווען אין כעס אויף אונז האבן זיי [די ציונים] געמאכט. ווייל די אראבער זענען געווען א פרידליכן פאלק. בין איך אן עדות, מיר האבן געלעבט מיט זיי אין חברון מיט א פרידליכקייט. גיבט א קוק אין די בריווען פון גער'ער רבי'ן אז די אראבער זענען געווען פרידלעך. און פון די היסטאריע זעט מען אויך אזוי אז אלע פאגראמען זענען געווען בעיקר אין איירופע, די הלכה איז בידוע אז [נאר] "עשו" שונא ליעקב, די אראבער זענען געווען פרידליך אלע דורות. ווער האט דאס געמאכט אז זיי זענען פיינטליך יעצט? די [[ציוניזם|ציונים]] ארורים! מיר ווייסן דאך הבא להרגך השכם להרגו, די אראבער זענען געזיצן דארט עלעף הונדערטער יארן, (און מיר זענען דארט געווען אין גלות, מפני חטאנו גלינו מארצינו), קומען יעצט בכח ובזרוע און ווארפן זיי ארויס, הרג'ענען, צובאמבען, צובוטשערן זיי, עד היום הזה אין לבנון, מיט די עראפלאנען וואס זיי האבן פון אמעריקע, מעקן זיי אויס גאנצע דערפער.
 
זאל מען וויסן ווער די רוצחים זענען, זיי -די ציונים- זענען די גרעסטע רוצחים וואס די וועלט פארמאגט, זיי האבן זיך אנגעטשעפעט אויפן כלל ישראל און לאזן נישט לעבן ברוחניות און נישט בגשמיות.
שורה 50:
זאל שוין יעדער מתפלל זיין, אז השם ירחם עלינו!
 
=== '''די מעשה ווי אזוי ר' אהרן פישער ז"ל טאטע פון ר' [[ישראל יעקב פישער|ישראל יעקב]] ז"ל הראב"ד האט געראטעוועט [[מאה שערים]]''' ===
פרייטאג, דער אראבישער וועכנטליכער רו-טאג. די אראבער פון אראבישן קווארטל אין אלט-שטאט ירושלים האבן זיך ארויסגעלאזט פונעם מעטשעט העכער'ן [[הר הבית]], אויפ'ן וועג צוריק פון זייערע צערעמאניעס[[צערעמאניע]]<nowiki/>ס, נאכדעם וואס דער [[שעיך]] האט זיי אנגעהעצט אין זיין רעדע קעגן די אידן. ער האט געפאדערט נקמה אין די אידן, וועלכע ווילן פארכאפן די מאכט אויף ארץ ישראל אויפ'ן חשבון פון די אראבער, און גערופן צו פארקלענערן די אידישע אנוועזנהייט, ספעציעל אין די נייע שטחים. עס איז געווען קלאר אז אצינד צילט ער דירעקט די נייע געגנטן.
 
מיט צעהיצטע געמיטער האבן זיך טויזנטער אראבער א לאז געטון אין דער ריכטונג אינדרויסן פון דער חומה. די אידן פון אלט-שטאט האבן זיך פאר שרעק באהאלטן אין זייערע הייזער הינטער פארמאכטע לאדנס. בלויז געציילטע דרייסטע אידן האבן זיך געוואגט שטילערהייט זיך ארויסצושלייכן פון דער חומה דורך אן אנדער טויער און שנעל געלאפן צו מאה שערים, ווארענען די איינוואוינער, זיי זאלן זיין געראכטן אויף דער געפאר וואס דראט זיי.