אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אייזן"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מ Removing Link GA template (handled by wikidata)
מ גראמאטיק פארבעסערט.
טאַגן: וויזועלער רעדאקטירונג מאביל־רעדאַקטירונג מאביל וועב־רעדאקטירונג
שורה 4:
 
== דערנערונג ==
אייזן איז א וויכטיקער קאמפאנענט פון דערנערונג פארן קערפער. ווען איינער האט צו ווייניק אייזן טוט עס ברענגען צו [[אנעמיע]] (אייזן־דעפיציט) - אן אראפפאל אין דער קוואנטיטעט פון [[העמאגלאבין]] אין די רויטע בלוטצעלן, ווי אויך אן אראפפאל אין דער צאל פון רויטע בלוטצעלן. דאס ברענגט צו צו אן אראפפאל אין דער קוואנטיטעט פון [[זויערשטאף]] וואס דערגרייכט די געוועבן אינעם קערפער אזוי אז די געוועבן ארבעטן נישט ווי זיי דארפן. צופיל אייזן אינעם קערפער איז אויך א געפֿאר פארן געזונט.
 
דורכשניטלעך, די טעגלעכע קוואנטיטעט רעקאמענדירט פאר א געוואקסענעם מאנצביל איז 8.7 מיליגראם און פאר א פרוי אין דעם עלטער פון רעפראדוקציע 14.8 מיליגראם. פרויען אין דעם עלטער פון רעפראדוקציע דארפן א גרעסערע קוואנטיטעט פון אייזן ווי מענער, ווייל זיי פארלירן בלוט דורך [[מענסטרואציע]].