אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "משולם פייש לאווי"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
←‏הסתלקות: איך האב צוגעלייגט די נעמען פון די משפחה מיטגלידער
טאַגן: מאביל־רעדאַקטירונג מאביל וועב־רעדאקטירונג
שורה 22:
== '''הסתלקות''' ==
דער טאהשער רבי זצ"ל איז געווארן שטארק אפגעשוואכט די לעצטע צען יאר פאר זיין פטירה און זיך שטארק געמוטשעט מיט זיין געזונט, דאך איז ער אנגעגאנגען פעסט מיט זיין טעגליכע עבודת הקדוש מיט מסירת נפש, ווי ער פלעג אויסזאגן תהלים גאר אפט, און גאר ווייניג עסן אפילו אין גאר שוואכע טעג. כלל ישראל האט פיל מתפלל געווען פאר זיין געזונט, זייענדיג כמעט פון די לעצטע פארצייטישע רבנים. די מצב איז כסדר געגאנגען צום ערגערונג, און מען האט אים וואונדערליך אויסגעבעטן אפאר מאל. ביז ער איז נסתלק געווארן לדאבון לב כל ישראל אין א הויכע עלטער פון 95 יאר, אום 12'טן פון אוגוסט, כ"ז אב שנת תשע"ה. טויזענטער אידן פון איבער די וועלט האבן אים באגלייט למנוחה ביי חצות הלילה. ויבכו אותו את כל בית ישראל.
 
==קינדער==
*רבי מרדכי (נפטר געווארן [[י"ח טבת]] [[ה'תשנ"ח]]), האט געהייראט מרת אסתר רחל, טאכטער פון רבי [[יחזקאל שרגא מערץ]].
*מרת צירל, ווייב פון רבי אביגדור דניאל פיש, [[האדאס|האדאסער]] רבי פון וויליאמסבורג.
*מרת ברכה חנה (נפטר געווארן [[כ"ג אייר]] [[ה'תשס"ו]]), ווייב פון רבי יוסף מאיר מאייער, [[ליזשענסק|ליזשענסקער]] רבי פון מאנסי.
*מרת פריידל שרה, ווייב פון רבי אברהם הכהן כ"ץ, [[אב"ד]] משכנות לאביר יעקב [[מאנסי]].
*מרת שאשא אלטא מלכה, ווייב פון הרב יוסף ירחמיאל כהנא, דער ראש הכוללים אין קרית טאהש און זון פון רבי משה אליקים בריעה, [[ספינקא|ספינקער]] רבי פון [[בני ברק]].
*רבי [[אלימלך לאווי|אלימלך]], דער היינטיגער טאהשער רבי, האט געהייראט מרת אסתר מלכה, טאכטער פון רבי [[נפתלי צבי לאבין]], [[זידיטשוב (הויף)|זידיטשויווער]] רבי פון [[וויליאמסבורג]].
 
== זעט אויך ==