אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "העברעאיש"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 24:
 
===לינגוויסטיק===
לינגוויסטיש איז העברעאעשהעברעאיש א שפראך וואס געהערט צו די צפון־מערב [[סעמיטישע שפראכן]], און איז דער דיאלעקט וואס די איינוואוינער פון [[ארץ ישראל]] האבן גערעדט אין דער צייט פון תנ״ך, בערך צווישן די יארן פון ב'תק"ס ביז ג'ק"ס (1200 פאר דער ציווילער רעכענונג ביז 600 פאר דער ציווילער רעכענונג). דער שטח פון ארץ ווערט גערופן אין תנ״ך [[ארץ כנען]], וואס שליסט איין די היינטיקע לענדער פון ארץ ישראל, [[לבנון]], [[סיריע]] און [[יארדאניע]]. אין יענע יארן האבן די כנענים אין לבנון גערעדט די פעניקישע שפראך, וואס איז א ביסל ענלעך צו העברעאיש.
 
כמעט דער גאנצער תנ״ך (אחוץ טיילן פון [[ספר דניאל|דניאל]] און [[ספר עזרא|עזרא]]), ווי אויך די [[משנה]] און רוב פון די [[ספרים חיצוניים]] און די באהאלטענע מגילות, זענען געשריבן אין לשון קודש. די שפראך האט זיך געענדערט במשך די יארן, און מען דערקענען די אונטערשייד צווישן לשון קודש אין תנ״ך און לשון חז״ל געניצט אין דער משנה.
שורה 41:
# '''[[סלענג]]''' (אדער '''שפת רחוב''') - דאס איז א פראסטע שפראך וואס ווערט גערעדט דורך פראסטע מענטשן, אדער אין פראסטע פלעצער און צייטן.
 
==שפראכן וואס זענען באאיינפלוסט פון העברעאיש==
[[טעקע:1_84863632.jpg|left|thumb|250px|פלאקאט פון נטורי קרתא קעגן העברעאיש]]
דער איינפלוס פון העברעאיש איז באקאנט ספעציעל אין די [[רשימה:יידישע שפראכן|יידישע שפראכן]]. די שפראך [[יידיש]], וואס איז געווען די מוטערשפראך פון די אשכנזישע יידן אין אייראפע, און וואס האט א מקור אין מיטל־הויך־דייטש, איינע פון די דיאלעקטן פון [[דייטש]], בארגט א סך ווערטער פון לשון־קודש (העברעאייש) – עטלעכע 20% פון זיין וואקאבולאר – און מען שרייבט יידיש מיטן אלף־בית פון לשון־קודש. יידיש, אנדערש ווי העברעאיש, ניצט אותיות פאר די וואקאלן, אזוי ווי די אייראפעאישע שפראכן – למשל, דער אות [[ע|ע']] באדינט צו באצייכענען דעם וואקאל [[e]]. דאך, ווערטער וואס קומען פון לשון־קודש שרייבט מען מיט דער ארטאגראפיע פון זייער אריגינעלער שפראך. אזוי, דאס [[ווארט]] "[[wikt:אמת|אֱמֶת]]" (וואס ווער אויסגערעדט אויף יידיש /eməs/), שרייבט מען טאקע ״אמת״ און נישט "עמעס".{{הערה|אין סאוועטישער יידיש אונטער די אנווייזן פון דער [[יעווסעקציע]] האט מען געשריבן אויף אן אופן וואס מאכט אוועק אינגאנצן א שייכות מיט העברעאיש; למשל די סאוועטישע צייטונג "[[דער עמעס]]" וואס איז דערשינען אין מאסקווע צווישן די יארן 1918 ביז 1938.}}
== קנאים ==
 
ביי די [[קנאים]] און [[אנטי ציוניזם|אנטי ציוניסטישע]] קרייזן (ווי [[סאטמאר (הויף)|סאטמאר]], [[נטורי קרתא]], [[תולדות אהרן]] אא"וו) איז דא א איסור צו רעדן העברעאיש.
די שפראך [[לאדינא]] (אויך גערופן"ספאניאליש" אדער "יידיש־שפאניש"), וואס האט זיך אנטוויקלט פון [[קאסטיליש|קאסטילישן שפאניש]], און איז געווען די שפראך פון די ספרדישע (שפאנישע) יידישע קהילות יהודיות איבער דער גארער וועלט, האט אויך געבארגט א סך ווערטער פון לשון־קודש, און ווערט געשריבן מיט אלף־בית, בעיקר מיט [[רש"י אותיות]] (אויבוואויל ס׳איז פאראן פאר לאדינא א סיסטעם פון שרייבן אויף לאטיינישע אותיות).
 
[[יידישע אראביש]], די שפראך פון די יידישע קהילות אין דער [[מוסולמענישע אימפעריע|מוסולמענישער אימפעריע]], בעיקר אין [[צפון אפריקע]], וואס איז די שפראך אין וואס דער [[רמב״ם]] האט געשריבן זיין [[מורה נבוכים]] און נאך חשובע ספרים, ווערט אויך אזוי געשריבן מיט די אותיות פון לשון־קודש.
 
די שפראכן אראמיש און אראביש ווערן בארעכענט שוועסטער שפראכן פון העברעאיש, און געוויסע אויסשפראכן פון העברעאיש קען מען פארשטיין אין יענע שפראכן.
 
ס׳זענען פאראן אנדערע שפראכן וואס האבן באקומען א השפעה פון העברעאיש דורך דאס פארטייטשן [[תנ"ך|תנ״ך]] אויף פרעמדע שפראכן. דאס ווארט "[[wikt:שבת#שַׁבָּת|שַׁבָּת]]", למשל, איז גאנץ פארשפרייט אין כלערליי שפראכן ווי דער נאמען פון דעם זיבעטן טאג אין דער [[וואך]], דער רו־טאג. אויך א סך העברעאישע נעמען פון תנ״ך זענען גאנץ פארשפרייט איבער דער וועלט.
די צוויי ווערטער פון לשון־קודש וואס זענען מערסט פארשפרייט זענען "[[אמן]]" און "[[הללויה]]" – די ווערטער מיט וואס מען ענדיגט געוויסע [[תפילה|תפילות]], און באדייטן הסכמה מיט וואס מ׳האט געזאגט.