אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "וויסנשאפט"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מ Removing Link FA template (handled by wikidata)
צוגעלייגט אביסל
שורה 6:
 
עס איז א כסדר'דיגע טוישענדע [[וועלט]] און אלעס גייט קודם אויף [[טעאריע]]ס געבויט אויף [[פאקט]]ן, ביז עס ווערט אפגעוואנדען פון נייערע פאקטן.
 
למעשה, איז דאס אמאל געווען א טיטל וואס האט געפאסט בלויז פאר איינער וואס טוט אין וויסנשאפט, ווי די נאמען לויטעט, אבער היינט יעדער וואס גלייבט אין אן אידעע אדער אילוזיע און באשרייבט דאס אין אן עססעי מיט לאטיינישע אויסדרוקן יעדע דא און דארט, ווערט געשאנקן דורך די אקעדעמיקער מיטן צונאמען 'וויסנשאפטלער'.
 
== קאטעגאריעס פון וויסנשאפט ==
שורה 38 ⟵ 40:
די וויסנשאפט באוועגונג איז געשטיצט דורך אלע [[געלט]]ער פון אלע מאדערענע [[רעגירונג]] סיסטעמען פון די מידיע, ביז די [[חינוך]] [[אינסטעטוציע]]ס פון [[קינדערגארטן]] ביז די גרעסטע פארש צענטערס און [[אוניווערסיטעט]]ן וואס פאפמפען אריין אין דעם טריליאנען דולער א יאר אויפצוהאלטן דעם [[טעאריע]]. לעומת זה זענען די רעליגיעזע חינוך אינסטעטוציעס מאכטלאז קעגן דעם מעכטיגן אפאראט און סשאפט זיך א מציאות אז רוב וועלט נעמט אן די עוועלאשען טעאריע קעגן די [[אמונה]] פון א מנהיג ובורא.
 
די [[פרומע]] באשולדיגען די וויסנשאפטלעכער אין זיין פאנאטישע פאנדאמענטאליסטן, ווייל מ'זעהט אזויפיל שוועריגקייטן, אויסגערעכענטע טיפע פלענער און וואונדער אין די [[נאטור]] אז עס אומעגליך צו זאגן אז דאס בלויז אן [[עקסידענט]] פון עוועלוציע. זיי זאגן אז וועגן דעם איז וויסנשאפט אזא שטארקע גלויבן, ווייל די אלע וויסנשאפטלעכער ווילן זינדיגן ממילא זוכן זיי א ברעינוואשינג אז עס איז נישטא קיין באשעפער און ציל פון די וועלט כדי מען זאל קענען זינדיגן. און דערפאר איז זיי שווער צוצוקומען אז איינער האט געמאכט דעם ערשטן חומר, ווייל ס'איז זיי גרינגער צו זאגן אז ס'איז אלעמאל געווען, ווי איידער צו זאגן אז ס'האט עס איינער באשאפן, ווייל ס'איז זיי אויסטערליש מחייב. און א מענטש אפילו ער איז קלוג איז ער דאך נאריש און ער האט מורא צו קומען מיטן אמת פנים אל פנים.
 
און שכלדיג איז דאס אויך גאר שווער צו פארשטיין, וויאזוי קען אזא שיינע מסודר'דיגע וועלט באשאפן ווערן פון ספאנטאנע מישונגען און אומאויסגערעכנטע געשעענישן? אויף דעם איז נישטא קיין צופרידנשטעלנדע תירוץ ווי דזשאן פעלקינגהארן – א פיזיקער אין קעמבריזש יוניווערסיטי שרייבט: "נאכן שטודירן די בריאה זעה איך אז דאס איז נישט געשעהן, דאס האט מען געטוהן". און דארווין (דער מערסט באקאנטער אטעאיסט) אליינס שרייבט: "הגם ס'איז מיר שווער צו גלייבן אין א גאט, איז מיר אפטמאל שווערער צו גלייבן אז קיינער שטייט נישט אונטער די בריאה". אויך פרענסיס קריק – נאבעל פרייז געווינער פארן אנטדעקן די געבוי פון DNA זאגט אז נאכן שטודירן ביאלאגיע איז אוממעגליך צו גלויבן אז דאס איז א רעזולטאט פון ספאנטאנע טוישונגען, וויאזוי האט  יענער געזאגט? דארווין האט בכלל נישט געשריבן די בוך איבער עוואלוציע, אפאר זיברעס האבן זיך צוגעזעצט צו א טייפרייטער און געהאקט, און נאך אזויפיל יארן פון רענדאם האקערייען איז ארויסגעקומען די בוך...
 
ווי אויך איז שווער אויף זיי,אז וואס האט געברענגט די אזויגערופענע נאטורליכע עוואלוציע? די ביג בענג, ווער האט געשאפן די אויפרייס? וואס האט אויפגעריסן? ווער האט באשאפן די ערשטע אטאם? אהההה! דער באשעפער, נו, וואס פעלט דעמאלס אויס די גאנצע עוואלוציע תורה?...
 
אוןאבער די וויסנשאפלעכער באשולדיגן צוריק די רעליגיעזע פרומע אין קאמפ מיט וויסנשאפ אז דאס איז פאנאטיש און פאנדאמעטאליסטיש צו גלייבן אז עפעס א העכערע כוח האט געמאכט די וועלט טרוקן אן קיין טוישונגען בשעת ווען זיי זעהן נישט קיין אנדער טעאריע וואס מ'קען פארשטיין, און דאס אז עס איז וואונדערליך און שווער מיט אומפארענטפערטע פראגעס מאכט נאך נישט אויס טעאריע. און די קעגנער פון [[וויסנשאפט]] זענען א סכנה פאר די וועלט ווייל זיי ווילן ארויפצווינגען א אומבאזירטע הוילע נישט-וויסנשאפטלעכע תירוץ אויף אלע פראגעס.
 
[[קאַטעגאָריע:וויסנשאפט|*]]