אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "תרפ"ט ראיאטן"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
שורה 3:
נאך דער אויפרור האבן די בריטישע באשטימט דאס [[ווייסבוך פון פאספילד|צווייטע ווייסבוך]] וואס האט באשטימט זאלן יידן נישט מער טארן [[אימיגראציע גרופעס|אימיגרירן]] קיין [[ארץ ישראל]], און נישט טארן מער זיי פארקויפן ערד-פלאך.
 
=== דבריוואס הגה"צ ר'רבי ברוך קאפלאן זצ"ל איבערהאט געזאגט וועגן דעם פאגראם ===
{{הערה}}
(א ווארט ביי ווארט איבערזעצונג פון א טעיפ, ווי ער דערציילט באריכות די גאנצע געשיכטע 
 
ווי ער איז געווען איינער פון די איבערלעבער פון דעם באוואוסן פאגראם אין חברון אין יאר תרפ"ט)
 
די צייט וואס איך בין געווען אין חברון איז אויך אויסגעפאלן דאס וואס עס זענען נעבאך אומגעקומען אן ערך פון עטליכע און צוואנציג ישיבה לייט גרויסע תלמידי חכמים און נאך פערציג מענטשן פון די אנשי העיר, וואס די וועלט רופט עס "די פרעות פון חברון" [די חברון פאגראם]. האב איך געוואלט באצייכענען דא א טעות וואס איז אריין געגאנגען אין דער וועלט, א געוואלדיגן טעות, א מורא'דיגע טעות, אז די וועלט האט אנגענומען אז די חברון'נער אראבער זענען געווען רוצחים און זיי האבן באפאלן די אידן מחמת רציחה, מחמת שלעכטקייט. אבער אויב מען וועט אויסגלייכן די ידיעות איז דאס באמת נישט ריכטיג. אוודאי אן אראבער איז אן אראבער, ער איז נישט קיין יוד, אבער זיי זענען געווען זייער פריינטליכע אראבער, די אידן האבן געלעבט מיט זיי זייער פריינטליך, די גוים האבן געארבעט פאר די אידן, און מ'איז געווען צופרידן, עס איז געווען רואיג.