אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "העברעאיש"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מ ווי ס'איז ענלעך צו אלע סעמיטישע שפראכן
אין תקציר עריכה
שורה 15:
# '''[[מיטל עלטער]]''' - אין די תקופה האט מען נישט גערעדט העברעאיש אלס מאמע לשון, אבער מען האט איר גענוצט צו שרייבן דיכטונגען און ליטעראטור. ווי [[אלעזר הקליר]], ר' [[סעדיה גאון]], [[רש"י]], [[אבן עזרא]] א.א.וו. גענוצט פון יאר ג'שס"ו ביז ה'ס"ו.
[[טעקע:Hazvi.jpg|left|200px]]
:4. '''העבריתמאדערנע החדשההעברעאיש''' - די אויפלעבונג פון דער העברעאישער שפראך נאך וואס מען האט זי נישט גערעדט זינט דעם צווייטן יארהונדערט האט געגרינדעט [[אליעזר בן יהודה]] אין יאר תר"ם. די נייע העברעאיש איז געמישט פון אלערליי תקופות פון דער העברעאישער שפראך. און היינט ווערט זי אויך געווירקט פון דער [[ענגליש]]ער שפראך. לויט א געזעץ אין [[ישראל]] איז די [[אקאדעמיע פאר דער העברעישער שפראך|אקאדעמיע פאר דער העברעאישער שפראך]] פאראנטווארטלעך אויפן אויסלייג פון ווערטער אין העברעאיש און שאפט נייע ווערטער. מאדערנער העברעאיש איז איינע פון צוויי שפראכן (די צווייטע איז מאדערנע אראביש) וואס זענען די אפיציעלע שפראכן פון ישראל.
 
א דיכטונג פון אלעזר הקאליר פֿון דעם מיטל־אַלטער אויף פורים:
שורה 29:
 
א פאר הונדערט יאר נאכן חורבן בית המקדש (אין 3טן יארהונדערט) האבן רוב יידן אויפגעהערט רעדן העברעאיש אין טאג-טעגלעכן לעבן. די גמרא, סיי [[תלמוד ירושלמי]] און סיי [[תלמוד בבלי]] זענען געשריבן אויף [[אראמיש]]. טייל יידן האבן דאך ווייטער גערעדט העברעאיש; ביי די בעלי מסורה אין [[טבריה]] אינעם 8טן יארהונדערט איז זייער שפראך געווען לשון קודש.
 
אויך ווען מען האט אויפגעהערט רעדן העברעאיש איז די שפראך נאכאלץ געבליבן די הויפט שפראך פון שרייבן ביי יידן, בעיקר אין [[הלכה]] ענינים, למשל שרייבן די פראטאקאלן פון [[בית דין|בתי דינים]], זאמלונגען פון הלכות, פירושים אויף כתבי קודש און נאך. אפטמאל האבן יידן געשריבן בריוו און קאנטראקטן אין העבעראיש. אבער, אזוי ווי ווייבער האבן נישט געלערנט לשון־קודש (וואס מענער האבן יא געלערנט), ספרים פאר ווייבער האט מען געשריבן אין דער שפראך וואס די פרויען האבן פארשטאנען, ד״ה אין די [[אשכנזים|אשכנזישע]] קהילות [[יידיש]] (למשל די [[צאינה וראינה]]), אין די ספרדישע קהילות אויף [[לאדינא]], און אין די אראבישע לענדער אין יידיש־אראביש.
 
אנדערע ספרים וואס זענען נישט הלכה ספרים האט מען אויך טיילמאל געשריבן אין זשארגאן. דער רמב״ם האט געשריבן זיין הלכה ספר משנה תורה אויף לשון־קודש, אבער דעם מורה נבוכים און דעם פירוש המשניות אין יידיש־אראביש. שפעטער האט מען פארטייטשט זיינע אראבישע ספרים אויף לשון־קודש. די איבן תיבון משפחה איז געווען באקאנט פאר עוסק זיין אין דער ארבעט.
 
== שטאפלען אין דער שפראך ==