אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "יאד, בעלארוס"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 1:
{{coord|55.45|27.233|display=title|type:landmark}}'''יאָד''' (אין וויסרוסיש: '''ЁДЫ Іоды''', אין רוסיש:'''Иоды''',אין פויליש: '''Iody''', '''Jody''',) א יידישע קליינשטעטל פאר די צוויטער וועלט- מילחאָמע אין פוילן(ברעסלבער בעצירק וולנער קרייז). יעצט אין ווייסרוסלנד(שארקיישטנער בעצירק, וויטעבסקסר קרייז). צי יידן האבן באקומען צי רעכט צו באזעצן זיך דארט פון צער רוסישער רעגירונג נאר אין יאָר 1903.
{{coord|55.45|27.233|display=title|type:landmark}}
 
'''יאָד''' (אין וויסרוסיש: '''ЁДЫ Іоды''', אין רוסיש:'''Иоды''',אין פויליש: '''Iody''', '''Jody''',) א יידישע קליינשטעטל פאר די צוויטער וועלט- מילחאָמע אין פוילן(ברעסלבער בעצירק וולנער קרייז). יעצט אין ווייסרוסלנד(שארקיישטנער בעצירק, וויטעבסקסר קרייז). צי יידן האבן באקומען צי רעכט צו באזעצן זיך דארט פון צער רוסישער רעגירונג נאר אין יאָר 1903.
 
== יידישע לעבן אין שטעטל ביז דער צווייטער וועלטמלחאָמע ==
דאמלסט האָבן אָנגעהובן יידן פון די ארומיקע דערפער און שטעטלעך זיך באזעצן דו און געגרינדעט באלד א קהילה. א טייל האט געקויפט ערד צו בויען הייזער ביין היגר פאָרעץ אָדער ביי די פויערן און די אָרעמסטע האָבן געדונגן דירות ביי די גויים. ערב די צוויטער וועלטמלחאָמע האָבן געווינט אין יאָד ארום 500 יידן.
 
אין שטעטל איז געווען א גרויסע שול, א קהלישע באָד מיט א מקווע, 2 חדרים פאר קינדער, געווען א רב און א שוחט. סהאבן פונקציונירט אורגאניזאציעס פון החלוץ און בית"ר.
 
א טייל פון גער יידישער יוגענט האָבן געפאָרן קיין ווילנע שטודירן אָדער ארבעטן.
 
יידן האָבן זיך באשעפטיקט אלס בעל - מלאָכות: שניידערס, שוסטערס, בלעכער, גלעזער און אנדערע. זיי האָבן באדינט די גאנצע סביבע. ביי די ארומיקע גויים זיינען כמעט ניט געווען הנטווערקער. די מער פאר מעגלעכע האָבן זיך באשעפטיקט אין האנדל. אלע קראָמען אין שטעטל, חוץ פון צוויי, האָבן געהערט צו יידן. יעדר דינשטיג איז געווען א מארק-טאָג. אטלעכע מאָל אין יאָר זיינן פאָר געקומען ירידים. יידישע סוחרים האָבן געהאנדלט מיט פלאקס און גענדז.
שורה 19 ⟵ 17:
אין יוני 1941, האָבן די דייטשן פארכאפט די שטעטל און מי דער הילף פון גי היגע גויים אָנגהויבן טעראָרעזירן די יידן. די היגע פוילישע אינטעליגנץ האָט זיך געווענדעט צו די דייטשן מיט א ביטע ניט שיקן די יידן אין געטוס פון די גרעסערע שטעטלעך נאָר פאר-ניכטן זיי אויפן אָרט.
 
דעם 17 דעצעמבער 1941, כ"ז אין כסלו, אין חנוכה-צייט, ההבן די גויישע שכנים געפירט די יידן תו די געגרייטע גריבער, אויסגעטאָן זיי פון די בגדים און עטלעכע צייטשן מיט גער הילף פון היגער פאָליציי און הילפס-גרופע פאָליציאנטן פון ברעסלב, זיי געשאָסן. נאָך א היפשע צייט זיינען די גריבער געשטאנסן אָפן און מען האָט געבראכט צו זיי אנטלאָפענע יידן וואָס זיינען געכאפט געוואָרן צורך וויסרוסישע און רוסישע פויערים.
 
אויך די יידן פון די ארומיקע דערפער זיינען דער מורדעט צוזאמען מיט די יאָדר יידן, ארום 500 יידן.
 
די געראטעוועטע יידן פון דער שחיטע האָבן געקעמפט אין די רייען פון די פארטיאנער, באהאלטן זיך אין די וועלדער אָדער ביי פרידלעכע גויים. נאָר א טייל פון זיי זיינען געבליבן לעבן. עטלעכע פון זיי ההבן נאָכן באפראיונג געקעמפט אין די רייען פון דער סאָווייטישער ארמיי.
 
יעצט איז די דארף יאָדי ריין פון יידן.