אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "ענגליש"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
שורה 42:
*'''[[פוס]]'''. אויף דייטש Fuß, אויף האלענדיש Voet און דאס טאג-טעגליך ווארט אויף ענגליש איז Foot (אויסגערעדט גלייך אויף האלענדיש און אויף ענגליש כאטש די אויסלייג איז אנדערש). אויף לאטייניש איז פֿוס Pes (געניטיוו Pedis) אויף גריכיש Pos (געניטיוו Podos). וואס איז דער מקור פון די מער ספעציפישע ווערטער אויף ענגליש Pedestrian ("פֿוסגייער") און אויך Podiatrist און Chiropodist ("כיראפאד", [[דאקטער]] וואס ספעציאליזרט אין פיס קרענק).
*'''[[בוך]]'''. אויף דייטש Buch, אויף האלענדיש Boek און אויף ענגליש Book (אויסגערעדט גלייך אויף האלענדיש און אויף ענגליש כאטש די אויסלייג איז אנדערש). אויף לאטייניש איז בוך Liber (געניטיוו Libri), פון וואנעט שטאמט דאס ענגלישע ווארט Library ("ביבליאטעק").
*'''[[מילך]]'''. דאס ווארט אויף דייטש איז Milch, אויף האלענדיש Melk און אויף ענגליש Milk (אויסגערעדט גלייך אויף האלענדיש און אויף ענגליש כאטש די אויסלייג איז אנדערש). אויף לאטייניש איז מילך Lac (געניטיוו Lactis), פון וואס איז אנטוויקלט געווארן עטלעכע [[וויסנשאפט]]לעכע באגריפן, צום ביישפיל Lactic acid ([[מילך זויער]]), Lactosis ([[אלערגיע]] צו מילך) און[[ לאקטאז|Lactose]] (מילך־צוקער).
*'''[[וואסער]]'''. דאס ווארט אויף דייטש איז Wasser, אויף האלענדיש Water און דאס טאג-טעגליך ווארט אויף ענגליש איז Water. אויף לאטייניש איז וואסער Aqua (אויף פראנצויזיש איז אוועקגעפאלן דער קאנסאנאנט און דאס ווארט איז געווארן Eau), וואס איז דער מקור פון עטלעכע ספעציפישע ווערטער, צום ביישפיל Aquarium ("אקוואריום"), Aquatic ("וואסער־") און Aquarius ("מזל דלי").