אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "ענגליש"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
שורה 112:
==שריפט סיסטעם==
זייט דעם 9טן יארהונדערט שרייבט מען ענגליש אין א לאטיינישן אלפאבעט (אויך גערופן רוימישער אלפאבעט). דער מאדערנער ענגלישער אלפאבעט האט 26 בוכשטאבן פון דער לאטיינישער שריפט: [[a]], [[b]], [[c]], [[d]], [[e]], [[f]], [[g]], [[h]], [[i]], [[j]], [[k]], [[l]], [[m]], [[n]], [[o]], [[p]], [[q]], [[r]], [[s]], [[t]], [[u]], [[v]], [[w]], [[x]], [[y]], [[z]] (וואס האבן אויך די גרויסהאנטיקע פארעמען: A, B, C, D, E, F, G, H, I, J, K, L, M, N, O, P, Q, R, S, T, U, V, W, X, Y, Z).
 
די בוכשטאבן b, d, f, h, j, k, l, m, n, p, r, s, t, v, w, y, z רעפרעזענטירן די [[פאנעמע]]ס, /b, d, f, h, dʒ, k, l, m, n, p, r, s, t, v, w, j, z/. די אותיות c און g נארמאל רעפרעזענטירן /k/ און /ɡ/, אבער ס׳איז אויך פֿאראן א ווייכער c אויסגערעדט /s/, און א ווייכער g אויסגערעדט /dʒ/. די דיפערענצן אין די צוויי אויסרעדן פון די אותיות c און g קען מען אפטמאל דערקענען פון די פאלגנדע אותיות אין דעם סטאנדארטן אויסלייג פון ענגליש. געוויסע פֿאנעמעס שרייבט מען מיט דיגראַפֿן (צוויי בוכשטאבן), למשל ch פאר /tʃ/, sh פאר /ʃ/, th פאר /θ/ אדער /ð/, ng פאר /ŋ/, qu פאר /kw/, און ph פאר /f/ אין ווערטער גענומען פון [[גריכיש]]. דער בוכשטאב x ווערט אויסגערעדט אין אלגעמיין ווי /z/ אין אנהייב פון א ווארט און ווי /ks/ אינמיטן א ווארט. די אלע כללים האבן אויסנאמען, אפטמאל צוליב בארגן א ווארט פון אן אנדער שפראך וואס מען לייגט אויס לויט די פרינציפן פון יענער שפראך.
 
==גראמאטיק==